מײַנער אַ באַקאַנטער דערצײלט:
מיט פּרוזדאַקן האָב איך אַמאָל געאַרבעט צוזאַמען בײַ אַ פֿאָטאָגראַפֿטשיק. איך האָב זיך געפֿילט זײער נאָענט צו אים, װאָרעם ער איז געװען זײער ענלעך צו מיר סײַ אין אױסזען, סײַ אין כאַראַקטער: ער — אַ הױכער, איך — אַ הױכער. ער האָט געהאַסט דעם באָס, װי אַ חזיר, — איך אױך. ער האָט פֿײַנט געהאַט צו אַרבעטן, איך האָב אױך ליב געהאַט אַרומצוגײן לײדיק. ער איז געװען אַ גרױסער ליבהאָבער פֿון דער נאַטור און איך בין פֿון דער נאַטור אױך געװען אַ גרױסער ליבהאָבער. ער פֿלעגט רעגלמעסיק באַװוּנדערן די מיטנאַכט־זון אױף די “פֿיאָרדן”, װאָס ער האָט קײן מאָל ניט געזען, און איך פֿלעג אױך סיסטעמאַטיש זײַן אַנטציקט פֿון דעם זון־אונטערגאַנג אױף די אַלפּן, װאָס איך האָב אױך קײן מאָל ניט געזען.
נאָר אין אײן זאַך האָבן מיר זיך שטאַרק אונטערשײדט: ער פֿלעגט אָפֿט אונטערהוסטן מיט אַ ניגון און מיט אַ כריפּ, און איך האָב עטלעכע מאָל געפּרוּװט הוסטן, אָבער אָן דערפֿאָלג.
עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז אונטער דער הײַנטיקער סיסטעם איז פֿאַר אַזעלכע צװײ אידעאַליסטן, װי מיר בײדע, שװער געװען צו עקזיסטירן. און טראָץ דעם װאָס מיר זענען געװען װיליק אַרומצוגײן לײדיק אַפֿילו אַ יאָר, אַבי זיך צו דערשלאָגן צו אַזאַ דזשאַב, בײַ װעלכן מען זאָל ניט דאַרפֿן אַרבעטן, האָט זיך עס אונדז דאָך נישט אײַנגעגעבן.
אײן מאָל זיצן מיר אַזױ אין אונדזער רומקע, רופֿט זיך צו מיר אָפּ פּרוזדאַק:
— װײסטו װאָס מיר איז אײַנגעפֿאַלן, עליע?
— װאָס איז דיר אײַנגעפֿאַלן, פּרוזדאַק?
— מיר איז אײַנגעפֿאַלן, עליע, אַז מיר זאָלן האַנדלען מיט פּאַטענט־מעדיצינס.
— ס׳איז גאָר ניט קרום! — זאָג איך, — אָבער װוּ נעמט מען געלט!
— געלט? זאָגט ער, — מען דאַרף ניט קײן געלט!
— דאָס איז שױן גלאַט געפֿאָנפֿעט, — זאָג איך, — װאָס הײסט, מען דאַרף ניט קײן געלט?
— אַזױ הײסט עס! — זאָגט ער, און ער צעלײגט מיר דעם גאַנצן פּלאַן אױפֿן טעלער — כּהיות, — זאָגט ער, — אַזױ װי אין די צײַטונגען איז אָפֿט אַדװערטײַזט, אַז מען גיט אַװעק “סעמפּלס מעדיצין” פֿרײַ, בכן, — זאָגט ער, — װעלן מיר אָנקלײַבן אַ סך אַזעלכע מעדיצינען, און דערנאָך װעלן מיר זײ פֿאַרקױפֿן צו קאָסטימערס, און מאַכן געלט װי בלאָטע.
געפֿעלט מיר דער פּלאַן און מיר גיבן זיך די הענט, אַז דאָס געשעפֿט װעט גײן בשותּפֿות, און װיפֿל גאָט װעט צושיקן, װעלן מיר זיך טײלן העלפֿט אױף העלפֿט.
— לאָמיר זיך טאַקע באַלד אַ נעם טאָן צו דער אַרבעט, — מאַכט מײַן פּרוזדאַק, און מיר זעצן זיך גלײַך אַװעק און צעשרײַבן עטלעכע הונדערט פּאָסטל־קאַרדס פֿאַר פֿרײַע סעמפּלס.
אין עטלעכע טעג אַרום האָט די פּאָסט אָנגעהױבן ליפֿערן די סחורה: שמירעכצער, װאַסערלעך, פּאָמאַדעס, פּילן — קלײנע, מיטעלע און גרױסע קאַפּסלען, פּראָשקעס, פֿלעשלעך, סלױיִקלעך, פּלאַסטערס — אַ רעגעלע אַפּטײק.
מײַן פּרוזדאַק איז ניט קײן פֿױלער, ער צעפּאַקט דאָס אַלץ װי געהעריק, לײענט איבער די צעטלעך און צעשטעלט דאָס אױפֿן טישל מיט אַ סדר: פֿלעשלעך צו פֿלעשלעך, סלױיִקלעך צו סלױיִקלעך — און יעדע קראַנקײט באַזונדער: מאָגן־קראַנקײט — הינטן, מערידן — פֿאָרנט, װײַבערשע קראַנקײטן — רעכטס, אױערן, האַרץ און לעבער — לינקס אאַז״װ. בקיצור, אַלץ איז געװען צעשטעלט אין דער בעסטער אָרדענונג, כּמעט װי אין אַן אַפּטײק, נאָר קײן קונים זענען ניט געקומען.
— שלעכט!
— פּאַסקודנע!
— װײסטו, װאָס מיר איז שױן װידער אײַנגעפֿאַלן? — מאַכט פּרוזדאַק.
— װאָס? — פֿרעג איך.
— אַזױ װי קײן קאָסטימערס קומען נישט און אַזױ װי די װאַרע קען נאָך קאַליע װערן פֿון דעם הײסן װעטער, זאָלן מיר דאָס אַלײן פֿאַרנוצן פֿאַר זיך.
— אָבער װאָס טױג מיר דײַנע מעדיצין, — זאָג איך, — מיר פֿאַלט אַרױס דאָס האַרץ נאָך אַ שטיקל ברױט. איך בין טױט הונגעריק.
איך שטאַרב אױך נאָך אַ ביסן, — מאַכט ער, — אָבער מיט עטלעכע שאַכטלען פּילן קען מען אָפּפּטרן אַ גאַנץ פֿײַנעם מאָלצײַט.
האָבן מיר גענומען שלינגען פּילן. איך אַ פּיל — ער אַ פּיל. אַזױ פּאַמעלעכן האָבן מיר אױסגעשלונגען אַלע זעקס שאַכטלען פּילן — מײנסטנס פֿאַר פֿאַרשטאָפּונג.
— און איצט, — זאָג איך, — לאָמיר עפּעס פֿאַרטרינקען. ער האָט גענומען דאָס ערשטע פֿלעשל, װאָס איז אים געקומען צו דער האַנט און גענומען זופּן, ער אַ זופּ — איך אַ זופּ.
אַז מיר האָבן אַזױ אױסגעזופּט אַלע פֿלעשלעך, האָב איך געמאַכט אַ פֿאָרשלאָג, אַז מיר זאָלן זיך נעמען צו פּראָשקעס.
— העלפֿט אױף העלפֿט, — מאַכט פּרוזדאַק מיט אַ קול פֿון אַ מת און האַלט זיך פֿאַרן בױך.
— האָב נישט מורא, זאָג איך, — איך װעל דיך ניט באַשװינדלען.
און מיר האָבן גענומען טאָן די פּראָשקעס זײער רעכט: מיר אַ פּראָשיק — אים אַ פּראָשיק. אים אַ פּראָשיק — מיר אַ פּראָשיק, ביז מיר האָבן אױסגעלײדיקט אַלע פּאַפּירלעך.
אַז מיר זײַנען פֿאַרטיק געװאָרן מיט דער סעודה, האָבן מיר זיך באַשמירט די קעפּ מיט סעמפּל־פּאָמאַדע, און פֿון דער גאַנצער אַפּטײק איז נאָך געבליבן בלױז עטלעכע פּודעלעך זאַלב — שװאַרצע און געלע — און אַ 10־12 שװאַרצע פּלאַסטערס.
— װאָס טוט מען מיט דעם? — פֿרעגט פּרוזדאַק, און לײגט זיך אױפֿן בעט מיטן בױך אַראָפּ.
— װאָס זאָל מען טאָן? — זאָג איך און לײג זיך אױפֿן בעט פֿון יסורים, — עס הײבט מיך אָן נעמען אינעװײניק…
— טו זיך אױס, — זאָג איך, — װעל איך דיך אײַנרײַבן!
פּרוזדאַק האָט זיך אױסגעטאָן, װי די מאַמע האָט אים געהאַט, און איך האָב אים גענומען באַאַרבעטן מיט דער שװאַרצער זאַלב. דאַן האָט ער אױף מיר געמאַכט די זעלבע אָפּעראַציע מיט דער געלער זאַלב, און נאָך דעם װי מיר האָבן זיך קעגנזײַטיק אױסגעפּלאַסטערט די בײַכער מיט די סעמפּל־פּלאַסטערס, האָבן מיר זיך אַרײַנגעלײגט אין בעט אַרײַן.
אין אַ פֿערטל שעה אַרום איז דאָס גאַנצע טענעמענט־הױז געװען אױף די פֿיס. מאַנכע טענעמענטס האָבן געמײנט, אַז עס האָט אױסגעבראָכן אַ כאָלערע און האָבן זיך געפּאַקט צו אַנטלױפֿן. אַנדערע האָבן געשריִען, אַז צװײ “בױטשיקעס” האָבן זיך פֿאַרסמט… און דער דזשעניטאָר איז געקומען צו לױפֿן מיט אַן עמער װאַסער. באַלד זײַנען געקומען צו פֿליִען צװײ דאָקטױרים, און דערזעענדיק אונדזערע אױסגעפּלאַסטערטע בײַכער, האָבן זײ אונדז גענומען פּאָמפּען און לאַכן… לאַכן און פּאָמפּען… אָבער איך און מײַן פֿרײַנד פּרוזדאַק זײַנען געװען אין אַ זײער ערנסטער שטימונג.
און איצט, — האָט מײַן באַקאַנטער פֿאַרענדיקט, — אַז מען װעט אײַך זאָגן, אַז אַ מענטש קען אױפֿעסן אַ ביזנעס אין עטלעכע טעג, זאָלט איר עס גלײבן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.