■ די חכמי־ישׂראל האָבן געפּסקנט, אַז דער אײבערשטער האַלט בײַ זיך נאָר דרײַ שליסלעך: דעם שליסל פֿון די קימפּעטאָרינס, דעם שליסל פֿון תּחית־המתים און דעם שליסל פֿונעם רעגן־טױער.
■ מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק האָט דער מלך פֿון מאַראָקאָ, מוכאַמעד דער זעקסטער, צוגעשיקט אַ בריװל דעם פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון דער שטאָט מאַראַקעש, מעסיע יעקבֿ־זשאַקי קדוש, מיט אַ ביטע, אַז די ייִדן זאָלן אױסבעטן בײַם אײבערשטן אַ רעגן, װײַל די טריקעניש האָט געשטעלט די מלוכה פֿאַר אַן עת־צרה. גוט, האָבן באַשלאָסן די מאַראָקאַנער ייִדן, אַז דער מלך בעט… אום שבת, פֿאַרן קריאת־תּורה, האָבן די מאַראָקאַנער ייִדן געזאָגט אַ באַזונדערע תּפֿילה און… איר קענט טאַקע לאַכן, נאָר מוצאי־שבת, זונטיק בײַ נאַכט, איבער גאַנץ מאַראָקאָ האָט געליאַפּעט אַזױ שטאַרק, װי עמעצער װאָלט דאָרט, אין הימל, אױפֿגעמאַכט דעם רעגן־טױער.
■ די מעשׂה װעגן דעם „תּנ”כישן מבול‟ קען מען געפֿינען אינעם מינדלעכן און שריפֿטלעכן פֿאָלקלאָר כּמעט בײַ אַלע פֿעלקער אױף דער װעלט. איר קענט זיך באַקענען מיט טױזנטער פֿאָלקלאָר־מעשׂהלעך, געזאַמלט און פּובליקירט פֿון דעם גרױסן בריטישן װיסנשאַפֿטלער לאָרד דזשײמס דזשאָרדזש פֿרעזער.
■ אונדזער װעלט באַקומט יעדעס יאָר אַרום 519 ביליאָן טאָן רעגן־װאַסער.
■ אין 17טן יאָרהונדערט האָט מען אין בריטאַניע אָנגענומען דעם אַזױ גערופֿענעם „רעגן־געזעץ‟. דהײַנו: אױפֿן סינאָפּטיקער, װעלכער האָט אַ טעות געהאַט אינעם װעטער־פּראָגנאָז, האָט, לױטן געזעץ, געװאַרט אַ תּליה.
■ אַ רעגן איז אין פּאָרטוגאַל אַ װיכטיקע און געזעצלעכע סיבה ניט קומען צו דער אַרבעט.
■ אין דער פּראָװינץ פּאַראַ, װאָס געפֿינט זיך אין בראַזיל, רעגנט יעדן טאָג, און שטענדיק הײבט זיך אָן דער רעגן פּונקט אין דער זעלבער שעה. אַגבֿ, אױף דער שפּראַך פֿון די היגע אינדיאַנער באַדײַט דאָס װאָרט „פּאַראַ‟— אַ טײַך.
■ דער רעגן גופֿא האָט נישט קײן גערוך. דער באַזונדערער ריח, װעלכן מיר פֿילן בעתן רעגן, קומט פֿונעם חומר, װאָס הײסט, געאָסמין.
■ אין אוגאַנדע רעגנט 250 טעג אין יאָר.
■ די שטאָט טשעראַפּונדזשי אין אינדיע איז דער וועלט־טשעמפּיאָן לױטן רעגן־כּמות — די שטאָט איז זוכה צו 26460 מילימעטער הימל־װאַסער אַ יאָר.
■ אין טײַלאַנד רעגנט נאָר בײַ נאַכט, אין קובע — נאָר נאָכמיטאָג.
■ אינעם שטעטל װײַנסבערג, אָהײַאָ, די לעצטע הונדערט יאָר, דעם 29 יולי, גייט אַ רעגן, ס‘זאָל דונערן און בליצן.
■ דער גרעסטער האָגל איז געװען דעם 14 אַפּריל 1986 אין דער שטאָט גאָפּאַלגאַנדזש, אין אינדיע. יעדער אַראָפּגעפֿאַלענער שטיק אײַז האָט געװויגן אַריבער אײן קילאָ. בעת דעם האָגל זענען אומגעקומען 92 מענטשן.
70% פֿון דער באָטסװאַנער טעריטאָריע פֿאַרנעמט דער קאַלאַהאַרי־מידבר. דאָס װאָרט „פּולאַ‟, אױף דער טסװאַנאַ־שפּראַך — אַ רעגן, שטײט אױפֿגעשריבן אױפֿן מלוכה־הערב. דאָס זעלבע װאָרט „פּולאַ‟ ניצט מען בײַם טרעפֿן זיך און עס באַדײַט אויף זייער שפּראַך „שלום־עליכם‟“. אױך די נאַציאָנאַלע װאַלוטע פֿון באָטסװאַנע הײסט „פּולאַ‟, אַ רעגן.
דער רעגן אַליין איז געװען די אמתע סיבה פֿון די ערשטע ראַדיאָ־פּראָגנאָזן פֿון די סינאָפּטיקער אין אַמעריקע. די טאָג־טעגלעכע װעטער־פּראָגנאָזן האָט אײַנגעפֿירט אַ באַלעבאָס פֿון אײנער אַ ראַדיאָ־סטאַנציע, נאָך דעם, װי אַן אומגעריכטער שלאַקסרעגן האָט אים פֿאַרכאַפּט און אױסגעװײקט אױפֿן װעג צו דער אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.