אַז ייִדן רעדן מיט די הענט, איז שוין אַן אַלטע מעשׂה. אַנדערע אבֿרים העלפֿן אויך אַרויס דעם ייִד. נעמט, למשל, די נאָז. דער ייִד שמעקט טאַבעק מיט איר, ער פֿאָנפֿעט אונטער איר, ער קאָן דערלאַנגען מיט דער נאָז אַ תּקיעות־שופֿר, מען זאָל דערהערן אין אַ צווייטער שטאָט. ער שטעקט די נאָז, וווּ מע דאַרף ניט, ער רעדט מיט איר. איר האָט אַ מאָל באַמערקט ווי אַ ייִד גיט אַ דריי מיט דער נאָז, ווען מע בעט בײַ אים לײַען אַ גמילות־חסד? “כי באפם הרגו איש” (בראשית, ממ, ו’) — „מיט איין דריי מיט דער נאָז, קאָנען זיי אַוועקהרגענען אַ מענטשן‟.
די נאָז און דאָס אויג העלפֿן דעם ייִדן רעדן. אָבער די הענט רעדן אַליין. די הענט בײַם ייִדן קאָנען בעטן רחמים, צוזאָגן הבֿטחות, סטראַשען, מוסר זאָגן; אויסדרייען זיך פֿון אַן אומאײַנגענעמער לאַגע; זיי קאָנען דערציילן זײַן ביטער האַרץ, שילדערן פּחד, צער, ספֿקות — קורץ, מיט די הענט קאָן דער ייִד איבערקערן וועלטן.
די וועלט פֿרעגט: וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ ייִדישן און אַ גוייִשן רעסטאָראַן? און זי ענטפֿערט:
אין אַ גוייִשן רעסטאָראַן זעט מען ווי מען עסט און מע הערט ווי מע רעדט; אין אַ ייִדישן רעסטאָראַן הערט מען, ווי מען עסט און מע זעט ווי מע רעדט.
אין אַ קאַלטן ווינטערטאָג גייען עטלעכע ייִדן פֿון בית־מדרש מיט די טליתים אונטער די אָרעמס. שמועסט מען אויף אַ קול, ווי דער שטייגער איז. נאָר איינער פֿון זיי גייט די גאַנצע צײַט און שווײַגט.
— ר’ נחמן, פֿרעגט אים איינער, — וואָס שווײַגט איר עפּעס? מע הערט דאָך פֿון אײַך קיין וואָרט ניט.
— כ’וועל אײַך זאָגן דעם אמת, — ענטפֿערט נחמן, און די הענט אַרבעטן בײַ אים אין די קעשענעס. — ס’איז אַ שרעקלעכער פֿראָסט; מע זאָל זאָגן אַ וואָרט, קאָן מען אָפּפֿרירן די הענט.
— וואָס מאַכט מען עפּעס?
— עט, מע… כ’ווייס.
— כ’מיין, די געשעפֿטן ווי גייען?
— ווייס איך וואָס!
— נו, און וואָס מאַכט דאָס ווײַב?
— טע, מע… ווייס איך וואָס!
— נו, און די קינדערלעך וואָס מאַכן?
— עט, טע, מע…
— אַ גוטן טאָג.
— אַ גוט יאָר. דו ווייסט, אַז מע רעדט זיך דורך אַ ביסל ווערט טאַקע גרינגער אויפֿן האַרצן.
אַ סוחר האָט אַ מאָל געהייסן זײַן אָנגעשטעלטן קלאַפּן אַ טעלעגראַם צו אַ ייִדן וואָס איז שולדיק געווען דעם סוחר אַ גרעסערע סומע געלט פֿאַר אַ לענגערער צײַט און האָט ניט געוואָלט אָפּגעבן. דער אָנגעשטעלטער האָט אָנגעשריבן די דעפּעשע. לייענט זי דער סוחר איבער און באַמערקט, אַז זי איז צו לאַנג.
— יעדעס וואָרט קאָסט געלט! — זאָגט דער סוחר.
— איך ווייס ניט, — צווייפֿלט דער אָנגעשטעלטער, — אויב מען קאָן זי פֿאַרקירצן. מיר דוכט, אַז איך האָב שוין גענוג פֿאַרקירצט.
זעצט זיך אַוועק דער סוחר און שרײַבט אָן איין וואָרט: נו?
אויף מאָרגן קומט אָן אַן ענטפֿער פֿונעם בעל־חובֿ, אויך טעלעגראַפֿיש:
— נו, נו?..
מיר האָבן פֿריִער דערמאָנט, אַז דער ייִד האָט ליב צו רעדן מיט די הענט. דאַרף מען אָנווײַזן דערצו, אַז דער וויכטיקסטער פֿאַקטאָר אין דער דאָזיקער הענט־שפּראַך בײַם ייִד, איז דער גראָבער פֿינגער. דער ייִד פֿון בית־מדרש, וועלכער איז יאָרן לאַנג געזעסן מיט אַ פֿאַרקנייטשטן שטערן און האָט געבראָכן דעם קאָפּ בײַ דער אָפֿענער גמרא איבער אַ „כלומר‟, אַ „תיקו‟ אַ „ויש לישב‟, אַ תּוספֿות, אַ מהרש”א, — האָט געפֿונען אין דעם גראָבן פֿינגער זײַן בעסטן פֿרײַנד.
ראובֿן אַשר ברוידעס, דער מחבר פֿון „הדת והחיים‟, האָט געהאַט אַ שוואַכקייט צום ביטערן טראָפּן. האָט ער זיך אַ מאָל געטראָפֿן מיט ר’ שמעלקע האָראָוויץ, דער לעמבערגער ראָש־הקהל. ר’ שמעלקע איז געווען אַ רײַכער בראָנפֿן־ברענער.
— זאָגט מיר, הער ברוידעס, — פֿרעגט אים שמעלקע, — ווי וועט איר אויסקומען אויף יענער וועלט אָן אַ כּוסה?
— ס’הייסט? — שמייכלט ברוידעס, — און ווער ווייסט, אויב איר וועט דאָרט ניט ברענען?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.