■ אין עטיאָפּיע האָט מען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געשטעלט אַ דענקמאָל דעם גרױסן רוסישן שרײַבער אַלעקסאַנדער פּושקין. אױפֿן שײנעם פּעדעסטאַל זײַנען אױסגעשניצט געװאָרן נאָר צװײ װערטער: „אונדזער דיכטער‟.
■ פֿרידריך ניצשע האָט זײער ליב געהאַט שײנע מײדלעך, אָבער די שײנע מײדלעך האָבן ניט ליב געהאַט פֿרידריך ניצשע. אַגבֿ, אױך די מיאוסע מײדלעך האָבן אים פֿײַנט געהאַט.
■ אײן מאָל האָט מאַרק טװיין באַקומען אַ בריװ, אין װעלכן ס‘איז געװען נאָר אײן װאָרט „חזיר‟. אױף מאָרגן האָט מאַרק טװיין אָפּגעדרוקט אין זײַן צײַטונג אַ קלײנע מעלדונג: „זײער אָפֿט באַקומען מיר בריװ אָן אַ חתימה, אָבער נעכטן האָב איך צום ערשטן מאָל באַקומען אַ בריװ, אין װעלכן ס‘איז ניט געװען קײן טעקסט, נאָר אַן אונטערשריפֿט.‟
■ אײן מאָל איז מאַרק טװיין געװען אױף אַן אַריסטאָקראַטישן אױפֿנעם און געמוזסט שמועסן מיט אײנער זײער אַ ניט קײן סימפּאַטישער דאַמע. כּדי שװאַכער צו מאַכן די אָנשטרענגונג פֿונעם שמועס, האָט ער געמאַכט דער דאַמע אַ קאָמפּלימענט: „הײַנט זענט איר פּשוט שאַרמאַנט.‟ די גראָבע דאַמע האָט גלײַך געענטפֿערט: „כ’קען דאָס ניט זאָגן װעגן אײַך.‟ „איך פֿאַרשטײ אײַך, — האָט פּאַרירט מאַרק טװיין, — אָבער איר קענט דאָך טאָן אַזױ װי איך. פּשוט, זאָגט אַ ליגן.‟
■ אײן מאָל האָט מאַרק טװיין באַקומען פֿון אַ דיכטער אַן אָנפֿאַנגער אַ בינטל גראַפֿאָמאַנישע לידער אונטערן טיטל, „פֿאַר װאָס בין איך נאָך בײַם לעבן?‟ מאַרק טװיין האָט אים אומגעקערט די לידער און צוגעגעבן: „איר פֿרעגט, פֿאַר װאָס בין איך נאָך בײַם לעבן? װײַל איר האָט צוגעשיקט די לידער מיט דער פּאָסט‟.
■ אײן מאָל איז דזשאָרדזש בערנאַרד שאָו געקומען צום דאָקטער און געבעטן אים צו באַטראַכטן זײַן פֿוס. יענער האָט אַ קוק געטאָן און, אַן איבערגעשראָקענער, אַ פֿרעג געטאָן: „װי לאַנג גײט איר מיט אַ צעבראָכענעם פֿוס?‟ — „צװײ װאָכן.‟ — „פֿאַר װאָס זשע זענט איר ניט געקומען פֿריִער?‟ — „װײַל יעדעס מאָל װען איך הײב אָן צו טענהן, אַז סע טוט מיר עפּעס װײ, פֿאָדערט פֿון מיר מײַן װײַב, אַז איך זאָל אױפֿהערן צו רײכערן.‟
■ מאַרק טװיין איז געװען אַ צעטראָגענער מענטש. אײן מאָל, װען ער איז געפֿאָרן מיט אַ באַן, איז אין זײַן קופּע אַרײַנגעגאַנגען אַ קאָנטראָלער. מאַרק טװיין האָט אָנגעהױבן זוכן דעם בילעט. אומזיסט… דער קאָנטראָלער האָט געקענט דעם שרײַבער און פֿאָרגעלײגט: „באַרויִקט זיך, ביטע. װען איר װעט צוריקפֿאָרן, װעט איר מיר װײַזן אײַער בילעט. און אױב איר װעט אים ניט געפֿינען, איז אױך ניט קײן פּראָבלעם, אַ קלייניקייט.‟ — „פֿאַר אײַך איז דאָס אַ קלײניקײט, — ענטפֿערט אים מאַרק טװיין, — און פֿאַר מיר… אױב איך װעל ניט געפֿינען דעם בילעט, װי אַזױ װעל איך װיסן װוּהין איך פֿאָר?‟
■ אײן מאָל איז בערנאַרד שאָו אַרײַנגעגאַנגען אין אַ רעסטאָראַן, װוּ דער אָרקעסטער האָט געשפּילט זײער הױך. בערנאַרד שאָו האָט צוגערופֿן דעם באַלעבאָס און געפֿרעגט: „זאָגט מיר, ביטע, די מוזיקער קענען שפּילן אַלץ, װאָס מע בעט זײ?‟ „אַװדאי, סער.‟ — „דאַן, גיט זײ, ביטע, איבער דאָס געלט, און בעט בײַ זײ, אַז זײ זאָלן אַ האַלבע שעה אַ שפּיל טאָן אין פּאָקער‟.
■ אַלעקסאַנדער סומאַראָקאָװ איז געװען דער ערשטער איבערזעצער פֿון שייקספּירס „האַמלעט‟ אױף רוסיש. אױף דער הילע איז געשטאַנען געשריבן: „אָמלעט. דער דענישער פּרינץ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.