— איך ווייס נישט, — זאָגט בערל צו שמערלען, — די וועלט זאָגט, אַז עס פֿאַלט שטענדיק מיט דער פּוטער אַראָפּ, צום סוף איז בײַ מיר ערשט נעכטן אַראָפּגעפֿאַלן אויף דער ערד אַ שטיקל ברויט מיט פּוטער, איז גראָד געפֿאַלן, פֿאַרקערט גאָר, מיט דער פּוטער אַרויף.
— אַ חכם אַ גרויסער! — מאַכט שמערל, — מן־הסתּם האָסטו פֿאַרקערט אָנגעשמירט.
ס’איז אָנגענומען, אַז ווער ס’שטאַרבט אין ניסן, איז אַ בעל־זכות. דער שטאָט־משוגענער פֿלעגט אין פּורים, ווען ייִדן האָבן געפּראַוועט די פּורים־סעודה, גיין צו די פֿענצטער פֿון די גבֿירישע הײַזער און אויסרופֿן: „ייִדן, ווער ס’וויל שטאַרבן אין חודש ניסן, איז שוין צײַט צו ווערן קראַנק”.
שׂימחת־תּורה האָט דער זעלבער שטאָט־משוגענער אויסגנוצט דעם גערודער אין שיל אין דער צײַט פֿון קלײַבן אַ גבאי אויפֿן נײַעם יאָר, האָט זיך אַרויפֿגעכאַפּט אויפֿן בעלעמער, אַ קלאַפּ געטאָן אין טיש און אויסגערופֿן:
„ייִדן, קלײַבט זיך אויס אַן אַנדער משוגענעם!‟
איין מאָל האָט זיך דער שטאָט־משוגענער אַרײַנגעכאַפּט אין דער קאַרעטע פֿון אַ חסידישן רבי און האָט אויף קיין אופֿן ניט געוואָלט אַרויס פֿון דאָרט. ניט אַנדערש, ער וויל פֿאָרן מיטן רבין צוזאַמען איבער דער שטאָט.
— זאָג מיר, — פֿרעגט אים דער רבי, — וואָס ווילט זיך דיר דווקא פֿאָרן מיט מיר צוזאַמען?
— וואָס פֿאַרשטייט איר ניט, רבי? — מאַכט דער משוגענער, — נאָך מיר לויפֿן נאָך אַלע קלאָרע, נאָך אײַך — אַלע משוגעים; וועט נאָך אונדז נאָכלויפֿן די גאַנצע שטאָט.
איינער אַ משוגענער איז אַ מאָל אַרײַן צום גאון „נודע ביהודה‟ מיט אַ האַק אין האַנט און געזאָגט:
— דער עולם זאָגט אויף אײַך, רבי, אַז איר זענט אַ בעל־מופֿת. אויב אַזוי, באַווײַזט באַלד, אַז איר קענט אַראָפּשפּרינגען פֿון פֿענצטער אין גאַס; ווען ניט, באַקומט איר בײַ מיר גלײַך מיט דער האַק איבערן קאָפּ.
— וואָס איז דאָס פֿאַר אַ מופֿת? — זאָגט דער רבֿ געלאַסן, — שפּרינגען פֿון אויבן אַראָפּ קענען אַלע. אָט וועסטו זען אַ מופֿת ווי איך וועל שפּרינגען פֿון אונטן אַרויף. דו וואַרט נאָר דאָ, איך וועל אַרויסגיין און אַרויפֿשפּרינגען פֿון דער גאַס אַהער, וועסטו גאַפֿן.
דער משוגענער האָט געוואַרט, און דער רבֿ איז אַרויס און צוריקגעקומען מיט אַן עולם מענטשן, וועלכע האָבן דעם משוגענעם געבונדן.
געווען אַ פּאַרשוין
אַ נאַרישער בחור, וואָס איז געווען דערצו שרעקלעך מיאוס, האָט זיך איין מאָל באַרימט פֿאַר באַקאַנטע:
— מיינט ניט, אַז איך בין אַזוי ווי איר זעט מיך געבוירן געוואָרן. קינדווײַז, דערציילט די מאַמע, בין איך געווען אַ פּאַרשוין, נאָר די אַם מײַנע האָט מיך אויף אַן אַנדערן פֿאַרביטן.
איין מאָל סליחות־צײַט האָט זיך אָנגעהויבן קלאָגן דער אַלטער שמשׂ, אַז ער איז זייער אָפּגעשוואַכט געוואָרן און ס’איז אים שטאַרק שווער אויף דער עלטער אַרומצוגיין איבער דער שטאָט צו אַלע בעלי־בתּים קלאַפּן יעדן באַזונדער אין די לאָדנס אויפֿוועקן צו סליחות.
דער עולם איז זיך צונויפֿגעקומען אויף אַן אַסיפֿה, באַקלערט די זאַך זייער ערנסט פֿון אַלע זײַטן און געזוכט פֿאַרשיידענע מיטלען. צום סוף האָט איינער פֿון די כעלמער חכמים געגעבן אַן עצה און אַלע האָבן עס געפֿונען פֿאַרן בעסטן מיטל: מען זאָל צונויפֿנעמען אין שיל־הויף אַלע לאָדנס פֿון די ייִדישע הײַזער און דער אַלטער שמשׂ זאָל קומען און קלאַפּן אין זיי אַלע מיט איין מאָל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.