קאָ, קאָ… קאָ, קאָ, קאָ.
קאָ, קאָ, קאָ־קאָ־אָ־אָ־אָ־אָ.
הײַנט איז, דאַכט זיך, איר געבױרן־טאָג. אױב זי האָט קײן טעות ניט, אױב זי געדענקט נאָך דעם חשבון פֿון אירע טעג.
זי זיצט אין דרױסן אױף דער פּריזבע, אײַנגעהילט אין אַ שאַל איבערן קאָפּ, אַ קלײנינקע און אײַנגעפּלעטשטע, די אָדערדיקע הענט אירע אונטער דער שאַל — אַראָפּגעלאָזטע פֿליגל; װי אַ קװאָטשקע.
אײן אױג דרימלט איר פֿאַרגלאָנצט, טאַקע װי בײַ דער ראַבער הון אירער אין אַ כמורנעם טאָג, אין קאַמער אױפֿן סידעלע.
זי האָט שױן לאַנג קײן אײער ניט געלײגט, (די הון), גאָר־גאָר לאַנג קײן הינדעלעך ניט אױסגעפֿירט. דרײט זיך אום אײן־און־אײנציקע בײַ דער שטוב, האַלט דאָס קעפּל אױף אַ זײַט, קוקט מיטן אײנעם אײגל איר, (דאָס צװײטע האָט מען איר אױסגעפּיקט), טוט אַ צעפּאָרפּל אַ בערגל מיסט, אַ צופּ אַ פֿאַרטריקנט גרעזל, אַ טרינק אין אַ שיטער בלאָטקעלע. װען דער הימל פֿאַרכמאַרעט זיך נאָר, שפּאַנט זי אַװעק מיט דריבנע טריטעלעך (די הון) אין קאַמער אַרײַן, דראַפּעט זיך אַרױף אױפֿן סידעלע, און דאָס אײנע אײגל דרימלט איר פֿאַרגלאָצט, פֿאַרצױגן מיט אַ הײַטעלע.
פֿילאָסאָפֿישע קשיות באַפֿאַלן זי הײַנט (דער לערערין). קשיות אַלטע װי די װעלט. אַ שטײגער: װאָס איז געװען פֿריִער: דאָס אײ אָדער די הון? װער האָט װעמען געבױרן: דאָס אײ די הון, אָדער די הון דאָס אײ?
אײַ איז די ראַבע אירע געװען אַ מאָל אַ בריה אַ קװאָטשקע! אַ זעלטענע געטרײַע מאַמע, ניט קײן קװאָטשקע. מיט װיפֿל שׂכלדיקײט און עקשנות זי איז עס די אײער אױסגעזעסן, אױסגעװאַרעמט מיט איר פּוכקע לײַב, מיט די קישעלעך פֿון אירע לאַפּקע־פֿינגער זײ איבערגעמישט, אײַנגעטײלט די װאַרעמקײט גלײַך אױף גלײַך. מיט װיפֿל גדלות זי האָט דערנאָך אומגעשפּאַנט מיט די פּיצינקע נאַקעטע קינדערלעך. דאָס פֿרײד־געשרײ אירס בײַם אױסגריבלען פֿאַר די עופֿעלעך אַ פֿריש ראָזעװע װערעמל. דאָס אַרונטערכאַפּן די קלײנינקע אונטער אירע פֿליגל בײַ אַ מינדסטן שאָרך. די געװאַלדן אירע בײַם דערזען אױף דער ערד אַ הױלן שאָטן פֿון אַ לאָקערנדיקן שׂונא איבער זײ. די קינדערלעך האָבן פּאַװאָליענקע אָנגעהױבן אַרױפֿנעמען אױף זיך פֿעדערלעך, אָנגעהױבן, װי מע זאָגט, בלאָזן זיך אין די פֿעדערלעך. װאָס האָט זי זײ ניט געװיזן! װיפֿל האָּט זי זײ ניט אױסגעלערנט און אױסדערצײלט! זי פֿלעגט שפּעטער שטײן בײַ דער זײַט און אָנקװעלן, װי דער הױף איז פֿול מיט אירע הינדעלעך און האָנעלעך. זײ דאַרפֿן זי נאָך. נאָר זי געװױנט זײ צו ביסלעך אָפּ פֿון זיך: שטעלט זיך, טײַערינקע, אױף די אײגענע פֿיס. זײַט פֿרײַע און דרײסטע. הײבט אַלײן אָן באַלעבאַטעװען מיט אײַערע טעג. און אָט האָט זיך אײן מאָל אין אַ טאָג געמאַכט, אַז דאָס שענסטע האָנדל אירס, אין שפּאָרן, מיט אַן אױסגעבײגלטן בלישטשענדיק־בלאָװן פֿעדער אין עק, האָּט איר אַ שפּרונג געטאָן אין פּנים. פֿאַרגעסן, זעט אױס, װאָס זי איז אים. צי, מעגלעך, געװאָלט באַװײַזן איר די גבֿורה זײַנע. און זי איז, ניט דאָ געדאַכט, געבליבן מיט אײן אױג. דאָס צװײטע איז איר אױסגערונען. פֿון דעמאָלט אָן, דאַכט זיך, מער אױף קײן אײער ניט געזעסן. קײן הינדעלעך מער ניט אױסגעפֿירט.
הײַנט איז, דאַכט זיך, איר געבױרן־טאָג. אױב זי האָט קײן טעות ניט. אױב זי געדענקט נאָך דעם חשבון פֿון אירע טעג.
זי איז שױן זײער אַן אַלטיטשקע. טאַטעס פֿון דערװאַקסענע קינדער, אַפֿילו זײדעס שױן פֿון אײניקלעך, זענען געװען אַ מאָל אירע תּלמידימלעך. צענדליקער און צענדליקער תּלמידימלעך. ס׳גאַנצע דאָרף! אַ דאָ־אָ, װוּ זי זיצט אױף דער פּריזבע, אין דער סאַמע מיט, מיט אײן טײל דאָרף אין אײן זײַט, און מיט דער צװײטער טײל דאָרף אין אַ צװײטער זײַט, איז אַ מאָל געשטאַנען איר קלײן שטעטעלע. פֿון אַלע מענטשן אין שטעטל איז זי דאָ פֿאַרבליבן די אײן־און־אײנציקע. אמת, ס׳איז איר דאָ ניט שלעכט. ס׳גאַנצע דאָרף גיט איר נאָך אָפּ כּבֿוד. (געװאָרן הײַנט אַ צעװאַקסן דאָרף). מע גײט פֿאַרבײַ איר מיט אַ ברײטן גוט־מאָרגן און מע נעמט פֿאַר איר אַראָפּ דאָס היטל. שכנים נאָענטע, און אַפֿילו װײַטע, פֿון װײַטערע מאַהאַלעס, ברענגען איר אַרײַן אין שטוב אַ קענדל מילך, אַ מאָל — אַ צענדליק אײער, אַ שטיקל קעז, אַ שטיקל פּוטער, אײַנגעהילט אין אַ װײַן־בלעטל, אַ בינטל פּאַפּעשױ־מעל. מ׳האָט זי אין זינען. מע געדענקט זי נאָך. און פֿאַר װאָס זאָל מען זי ניט געדענקען, ניט האָבן אין זינען? אײן תּלמידל אירס, געװען אַ מאָל דאָס בעסטע תּלמידל אירס, האָּט זי, דאַכט זיך, אין גאַנצן פֿאַרגעסן. ער איז הײַנט אין שטאָט אַ באַװוּסטער מענטש. אַ געלערנטער. אַ דירעקטאָר, זאָגט מען, פֿון אַן אינסטיטוט. זי געדענקט אים גוט. ער האָט בײַ איר אָנגעהױבן פֿונעם סאַמע אַלף־בית. עטלעכע יאָר האָט זי אים געפֿירט אַרױף, פֿון קלאַס צו קלאַס. געװען בײַ איר דאָס בעסטע תּלמידל. אַז ער קומט זיך אַ מאָל זומערצײַט דורך אַהער, אין זײַן מאַשין, באַװײַזן אַ פּנים טאַטע־מאַמע די אױפֿגעקומענקײט זײַנע, צי גלאַט װײַזן זיך פֿאַר טאַטע־מאַמע, און גײט פֿאַרבײַ מיט זײַן קאָמפּאַניע די פּריזבע אירע, פֿרעגט ער זי אַפֿילו ניט, װאָס זי טוט. נײן, ער זעט זי אַפֿילו ניט. מן־הסתּם דערקענט ער זי גאָרניט — אַזױ אײַנגעשרומפּן און אַזױ אײַנגעפּלעטשט, װי זי איז אױף דער עלטער געװאָרן. װאָס זשע, נאָר זי האָּט ער אין קאָפּ? קײן בילכערס איז נישטאָ?
אײן אױג דער אַלטער לערערינס דרימל פֿאַרגלאָנצט. דאָס צװײטע אױג קלעפּט זיך און קלעפּט זיך און װערט פּאַװאָליע אױך פֿאַרצױגן מיט אַ הײַטעלע.
דער קאָפּ אירער נײגט זיך אַראָפּ, אַראָפּ. ש־ש־ש… די אַלטע לערערין שלאָפֿט. אין איר געבױרן־טאָג, װי עס מאַכט זיך בײַ גאָר אַלטע זקנים און זקנות, חלומט זיך איר אַ נאַריש חלום? אַ האָנדל אין שפּאָרן, מיט אַ פֿאַרריסענעם בלישטשענדיק־בלאָװן פֿעדער אין עק, דרײט זיך צעפֿעכערט אַרום איר. ניט קײן האָנדל — אַ גרױסער האָן, מיט אַ שניפּס אױסגעבונדן בײַם האַלדז, אין אַ װױליונגעריש קאַפּעלושל אױבן אױף דעם קאָפּ, דרײט זיך און דרײט זיך אַרום איר און טוט איר אַ שפּרונג אין פּנים אַרײַן…
קאָ, קאָ… קאָ, קאָ, קאָ.
קאָ, קאָ, קאָ־אָ־אָ־אָ־אָ…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.