מען דערציילט וועגן ווילנער גאָון, אַז ער איז איין מאָל געגאַנגען אין גאַס, הערט ער ווי צוויי ייִנגלעך, וואָס זײַנען אים נאָכגעגאַנגען, רעדן צווישן זיך, און איינער ווײַזט אָן דעם אַנדערן:
— זעסט אָט דעם וואָס גייט פֿאַר אונדז? דאָס איז דער ווילנער גאָון.
קערט זיך אום דער גאָון צו יענעם מיטן פּנים און זאָגט אים:
— מײַן קינד, וויל נאָר, וועסטו אויך זײַן אַ גאָון.
דער גרויסער רבֿ ר’ יהושע־העשל איז געווען קינדווײַז אַ גרויסער שטיפֿער.
שבת בײַם טיש זאָגט איין מאָל יהושע־העשלס פֿאָטער צו די קינדער זײַנע:
— ווער פֿון אײַך קינדער, וועט זאָגן עפּעס אַ שיין וואָרט באַקומט אָט דעם פֿעטן מאַרכביין, וואָס איך האַלט אין דער האַנט.
רופֿט זיך אָן שׂרה, יהושע־העשלס שוועסטערל:
— מיר, טאַטע, קומט דער ביין. עס שטייט אַזוי אין פּסוק: „ולשׂרה בן‟ (שׂרהן, הייסט עס, קומט דער ביין).
דער פֿאָטער טוט אַ גלעט דאָס קינד און זאָגט איר:
— ביסט גערעכט, שׂרהלע, נאַ דיר דעם ביין.
יהושע־העשלען, וואָס איז אַליין אויך געווען דעמאָלט נאָך גאָר אַ קינד, האָט די זאַך פֿאַרדראָסן, טראַכט ער ניט לאַנג, לאָזט אָפּ דער שוועסטער אַ רעכטן פּאַטש און זי צעוויינט זיך.
— שיינער בחור, וואָס שלאָגסטו די שוועסטער? — פֿרעגט דער פֿאָטער אויפֿגעבראַכט.
— עס קומט איר צו וויינען, — ענטפֿערט ער, — ווײַל אין פּסוק שטייט ניט ווי זי זאָגט „ולשׂרה בּן‟, נאָר „ולשׂרה בן‟ (וויין).
אַ מחבר מיטן נאָמען ר’ משה איז געקומען צום סלאָנימער רבֿ ר’ אײַזיק חריף נאָך אַ הסכּמה אויף זײַן ספֿר „ידי משה‟. ר’ אײַזיק האָט געכאַפּט אַ קוק אינעם חיבור און מאכט צום מחבר:
— הערט איר, ר’ משה, דאַרפֿן וואָלט אײַער ספֿר געדאַרפֿט הייסן „פּני משה‟.
— פֿאַר וואָס עפּעס דווקא „פּני משה‟? — פֿרעגט דער מחבר פֿאַרוווּנדערט.
— גאָר פּשוט, — ענטפֿערט ר’ אײַזיק, — דערפֿאַר וואָס אין משהס פּנים האָט קיינער נישט געקאָנט אַרײַנקוקן.
צום זעלביקן רבֿ, ר’ אײַזיק חריף, איז געקומען אַן אַנדער מחבר בעטן אַ הסכּמה אויף אַ פּירוש, וואָס ער האָט געמאַכט אויף משלי. דער רבֿ האָט געכאַפּט אַ קוק אין אייניקע ערטער און געזאָגט:
— פּירושים אויף תּנ”ך איז בײַ אונדז פֿאַראַן, ברוך־השם, גענוג אַלטע און גאָרנישט קיין שלעכטע, דאַרפֿאַר בין איך זיך ניט נוהג צו געבן הסכּמות אויף נײַע פּירושים.
— אָבער פֿאַר אַ יאָר, — וווּנדערט זיך דער מחבר, — בין איך דאָך געווען בײַ אײַך און איר האָט מיר דעמאָלט געגעבן אײַער הסכּמה אויף מײַנעם אַ נײַעם פּירוש, וואָס איך האָב געמאַכט אויף איובֿ.
— איובֿ, — מאַכט ר’ אײַזיק, — דאָס איז גאָר אַן אַנדער זאַך. איובֿ, פֿאַרשטייט איר, איז אויסגעשטאַנען אַזוי פֿיל צרות, האָב איך זיך געטראַכט, וועט פֿאַר אים ניט אויסמאַכן, אַז ער וועט האָבן אויף זיך נאָך אַ צרה.
אַ רבֿ האָט אַ ביסל אַרײַנגעקוקט אינעם ספֿר, וואָס איינער אַ מחבר האָט אים געבראַכט און געבעטן אויף דעם אַ הסכּמה, דערנאָך גיט ער דעם מחבר זײַן חיבור און זאָגט אים דערבײַ:
— איך ווינטש אײַך, אַז אײַער ספֿר זאָל ניט זײַן אַזוי קיין נאַקעטער ווי ער וועט ניט זײַן קיין הונגעריקער.
דער מחבר קוקט אים אָן און פֿאַרשטייט ניט דעם פּירוש פֿון די ווערטער.
— פֿאַרשטייט איר, — דערקלערט אים דער רבֿ, — אַ הונגעריקער וועט אײַער ספֿר געוויס ניט זײַן, ווײַל מען וועט מן־הסתּם אין אים אײַנפּאַקן הערינג און פּוטער און קעז; איך ווייס אָבער ניט, צי עס וועט זיך געפֿינען איינער אַ בעלן אים אײַנצובינדן, ער זאָל ניט זײַן קיין נאַקעטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.