Oyneg Shabes

חסידים כּנגד מתנגדים

Hasidim vs. Misnagdim

  • Print
  • Share Share

אַ וויכּוח

Max Gershman

צוויי ייִדן פֿירן צווישן זיך אַ וויכּוח. בײַ איינעם פֿון זיי האָבן זיך געענדיקט אַלע אַרגומענטן, האָט ער אָנגעכאַפּט דעם אַנדערן פֿאַר די הענט און זיי שטאַרק צוגעהאַלטן.


„רזין דרזין‟

— מײַן רבי, — דערציילט אַ חסיד — האָט געזאָגט דאָס לעצטע מאָל תּורה, איז עס געווען, זאָג איך אײַך, רזין דרזין.

רופֿט זיך אָן איינער אַ מתנגד, וואָס איז געשטאַנען דערבײַ:

— ווייסט איר וואָס עס הייסט „רזין דרזין‟? „רזין‟ הייסט, אַז דער רבי ווייסט וואָס ער זאָגט, און די חסידים ווייסן ניט, און „רזין דרזין‟ — אַז ניט די חסידים ווייסן און דער רבי אַליין ווייסט אויך ניט וואָס ער זאָגט.


מײַן איידעם מיינט עס ערנסט

אַ ייִד האָט זיך פֿאַרקלאָגט פֿאַרן רבין אויף זײַן איידעם:

— רבי, מײַן איידעם האַלט אין איין דאַווענען און לערנען.

— דאָס איז שלעכט? — פֿרעגט דער רבי? — אויך איך דאַוון און לערן.

— רבי, — זאָגט דער ייִד, — אָבער מײַן איידעם מיינט עס ערנסט.


ער וועט קומען — ער וועט ניט קומען

אַ פֿרוי איז געקומען צום רבין מיט אַ שווער געמיט: איר מאַן איז אַוועק קיין אַמעריקע, און זי הערט ניט פֿון אים.

דער רבי קוקט אַרײַן אין ספֿר און זאָגט: „פֿאָר אַהיים, אישה, דײַן מאַן וועט אם־ירצה־השם קומען צו די ימים־נוראָים‟.

בײַ דער טיר זיצט דעם רבינס גבאי, הערשעלע אָסטראָפּאָליער. אַז די פֿרוי איז אַרויס פֿון רבינס צימער, זאָגט צו איר הערשעלע: „ער וועט ניט קומען‟.

נאָך ימים־נוראָים קומט די פֿרוי ווידער, און דער רבי זאָגט איר צו, אַז איר מאַן וועט קומען אויף פּסח. בײַם אַרויסגיין זאָגט ווידער הערשעלע: „ער וועט ניט קומען‟.

די פֿרוי לויפֿט אַרײַן צום רבין, ברעכט אויס אין אַ געוויין און דערציילט, וואָס הערשעלע האָט געזאָגט.

דער רבי האָט אַרײַנגערופֿן הערשעלען און אָנגעשריגן אויף אים.

הערשעלע: „רבי, וווּהין האָט איר געקוקט, רעדנדיק מיט דער פֿרוי?‟

דער רבי: „וואָס הייסט? — אין ספֿר אַרײַן‟.

הערשעלע: „און איך — דער אישה אין פּנים אַרײַן‟.


ווער איז גרעסער

צוויי חסידים פֿון פֿאַרשיידענע „צדיקים‟ האָבן זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ ברייטן און טיפֿן שמועס וועגן די רביים זייערע, און יעדער פֿון זיי, פֿאַרשטייט זיך, לויבט זײַן רבין אין טאָג אַרײַן.

— וואָס איז שייך? — היצט זיך איינער, — פֿאַר מײַן רבין, מעג מען זאָגן, האָבן אַלע מורא, אַפֿילו גאָט אַליין אויך.

— אַזוינס, זעסטו, — רופֿט זיך אָן דער אַנדערער, — קען איך אויף מײַן רבין ניט זאָגן, נאָר דאָס איז געוויס, אַז ער, זאָל לעבן, האָט קיין מורא ניט פֿאַר גאָט.


יזכּור

אַחרן של פּסח קומט צו לויפֿן צום רבין אַ חסיד פֿון זײַנע מקורבֿים צו בעטן בײַ אים עפּעס אַ סגולה פֿאַר זײַן ווײַב, וואָס איז אַ מקשה לילד (גייט שווער צו קינד). זאָגט אים דער רבי:

— גיכער גיי אַהיים און נעם זאָגן „יזכּור‟.

דער חסיד גייט אַרויס פֿונעם רבין שטאַרק פֿאַרוווּנדערט און דערציילט עס באַלד דעם גבאי.

— וואָס פֿאַרשטייסטו דאָ ניט? — דערקלערט אים דער גבאי, — וויבאַלד צו „יזכּור‟ גייען אַרויס גרויסע קינדער, און אַ מאָל אַפֿילו ייִדן מיט בערד, וועט אַזאַ קליינער שנעק ניט אַרויסגיין?‟


כּדי מען זאָל ניט וויסן

אַ חסיד דערציילט פֿאַרן עולם, אַז דער רבי זײַנער פֿאַסט אַלע טאָג אויסער שבת און יום־טובֿ.

— ס’איז ניט אמת, — רופֿט זיך אָן אַ מתנגד וואָס איז געשטאַנען דערבײַ, — איך האָב אַליין געזען ניט איין מאָל מיט מײַנע אויגן, ווי דער רבי האָט געגעסן אין אַ וואָכעדיקן טאָג.

— וואָס פֿאַרשטייט איר ניט, — זאָגט דער חסיד, — דער רבי, זאָל לעבן, עסט אָפֿטמאָל מיט אַ מיין, כּדי מען זאָל ניט וויסן, אַז ער פֿאַסט.


געוויס אַ חסיד

אַ מתנגד האָט איין מאָל געזאָגט צו אַ חסידישן יונגן־מאַן:

— ווי מיינסטו, וואָס איז דער יצר־הרע, אַ חסיד צי אַ מתנגד?

— איך ווייס ניט, — ענטפֿערט דער חסיד, — וואָס זאָגט איר?

— איך זאָג, — מאַכט דער מתנגד, — אַז דער יצר־הרע איז געוויס אַ חסיד, ווײַל מען זעט אים גאַנץ אָפֿט בײַם רבין.