Oyneg Shabes

זײַט מיר מוחל, מײַנע טײַערע...

Forgive me my dears

  • Print
  • Share Share

װײַזט אױס, אַז אינטעליגענטקײט איז אַ באַזונדערער נשמה־צושטאַנד. בעת מײַנע װאַנדערונגען איבער דער װעלט, האָט מיר צוגעפֿידלט צו באַקענען זיך מיט מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע סאָציאַלע שיכטן — פֿון װאַגאַבאָנדן ביז פּרעזידענטן; און איך האָב געקענט אַ פּאָר זײער אינטעליגענטע שלעפּערס און ניט װײניק גראָב־יונגישע מיניסטאָרן און פּרעזידענט.

בעת מײַן טעאַטראַלער יוגנט איז מיר אױסגעקומען צו „זיצן‟ אין אײן גרימיר־צימער מיט אַ פּאָר אַקטיאָרן פֿונעם אַלטן „שניט, און ס’האָט מיך שטענדיק געחידושט אַלמאַי זײ טוען זיך אױס הױל נאַקעט, אײדער זײ הײבן אָן זיך גרימירן און אָנטאָן די טעאַטראַלע קלײדער. די טעאַטער־קאָריפֿײען האָבן מיר דערקלערט, אַז דער־אָ אַלטער מינהג העלפֿט זײ זיך אָפּװענדן פֿון די שטײגער־זאָרגן און בעסער אַרײַנדרינגען אין דער ראָלע.


מע דערצײלט, אַז אײן מאָל איז די גרױסע אַקטריסע פֿײגעלע פֿרידמאַן, מער באַקאַנטע װי פֿאַיִנע ראַנעװסקאַיאַ, געשטאַנען אַ נאַקעטע פֿאַרן שפּיגל אין איר גרימיר־צימער און גערײכערט אַ פּאַפּיראָס. פּלוצעם לױפֿט אין צימער אַרײַן דער טעאַטער־אַדמיניסטראַטאָר מיט אַ קופּע פּאַפּירן און דערזעט די אַקטריסע שטײן בײַם שפּיגל נאַקעט… װערט דער אַדמיניסטראַטאָר פֿאַרשטײנערט — ניט אַהער און ניט אַהין… פֿאַיִנע איז רויִק געשטאַנען און באַטראַכט אין שפּיגל די אָפּשפּיגלונג פֿון דעם נעבעכדיקן אַדמיניסטראַטאָר. יענער איז װײַטער געשטאַנען און געשװיגן, װי די צונג אײַנגעשלונגען. די אַקטריסע, נאָך אַ לענגערער פּױזע, גיט אים אַ פֿרעג: „זײַט מיר מוחל, מײַן טײַערינקער, סע שטערט אײַך ניט, אַז איך רײכער?‟


כּמעט מיט 200 יאָר צוריק האָט אין ענגלאַנד געלעבט זײער אַ פּאָפּולערער אַקטיאָר מיטן נאָמען פֿוט. אײן מאָל, בעת די גאַסטראָלן, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אין אַן אײַנפֿאָרהױז פֿון אַ קלײן שטעטל. אין אָװנט האָט ער זיך באַשטעלט אַ װעטשערע, אָפּגעגעסן מיט גרױס פֿאַרגעניגן, און אַ צופֿרידענער געזאָגט דעם באַלעבאָס: „הײַנט האָב איך געהאַט די געשמאַקסטע װעטשערע אין ענגלאַנד?‟ — „אַחוץ פֿון אונדזער בירגערמײַסטער‟, — האָט אים אונטערגעזאָגט דער באַלעבאָס. „אַ נאַרישקײט. זיכער, אַז איך האָב אָפּגעגעסן בעסער פֿון אַלעמען!‟ — „אַחוץ פֿון אונדזער בירגערמײַסטער‟, — האָט װידער צוגעגעבן דער באַלעבאָס. אַ װאָרט אַהער, אַ װאָרט אַהין, ביז דער באַלעבאָס פֿונעם אײַנפֿאָרהױז האָט אַוועקגעשלעפּט דעם אַקטיאָר צום בירגעמײַסטער, און יענער האָט אים דערקלערט, אַז לױטן שטאָטגעזעץ, יעדער מענטשן מוז אין זײער שטעטל לױבן דעם בירגערמײַסטער, אַניט — באַצאָלט מען אַ שטראָף אָדער מע װערט אַרעסטירט אױף אַ מעת־לעת. דער אַקטיאָר פֿוט, בײז אױפֿן אידיאָטישן געזעץ, האָט גלײַך באַצאָלט דעם שטראָף און געזאָגט: „אין מײַן לעבן האָב איך ניט געזען קײן גרעסטן נאַר, װי דער קרעטשמער…‟ — און צוגעגעבן: „אַחוץ דעם בירגערמײַסטער, ס’פֿאַרשטײט זיך…‟


אײן מאָל, בעת אַ טעלעפֿאָן־געשפּרעך מיטן ראָק־זינגער מיק דזשאַגער, האָט די בריטישע קעניגין עליזאַבעט די צװײטע דערצײלט אים, אַז זי האָט באַלױנט די מיטגלידער פֿון דער גרופּע „די ביטלז‟ מיט אָרדנס פֿאַר זײער בײַטראָג אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער בריטישער עקאָנאָמיע. מיק דזשאַגער איז געװאָרן װילד אין כּעס און איבערגעריסן דעם געשפּרעך אױף אַ גראָבן אופֿן: „נאָך דעם, װאָס דו האָסט מיר דערצײלט, װיל איך בכלל מיט דיר ניט רעדן.‟

אין אָװנט, האָט די קעניגין, װי איר שטײגער איז, אָנגעשריבן אינעם טאָגבוך, — הײַנט האָב איך געשמועסט מיטן זינגער מיק דזשאַגערן. עס האָט זיך מיר אױסגעװיזן, אַז ער איז געװען אַ ביסל צערודערט.‟