אונדזער גרױסער שרײַבער, מענדעלע מוכר־ספֿרים, האָט ליב געהאַט צו פֿאַררופֿן זיך אױף עפּעס אַ פּסוק אָדער אַן אױסדרוק פֿון דער גמרא. און גאָר ניט צופֿעליק האָט ער פֿאַראײביקט דעם שײנעם אױסדרוק, — “עיר ועיר וחכמיה, עיר ועיר ומשוגעיה” — יעדע שטאָט האָט אירע חכמים, און יעדע שטאָט האָט אירע משוגעים. הײַנטיקע צײַטן, װען די “רעאַליטי־שאָו” באַגלײט די פּראָגראַם־אָנטײלנעמער פֿון בעט ביזן בית־הכּסא, איז שװער איבערראַשן דעם לײענער מיט אַ טשיקאַװער נײַעס. און גלײַך מיט דעם, פֿון צײַט צו צײַט, גלוסט זיך אונדז אַ קוק צו טאָן אין דער שליסללאָך פֿון דער צײַט און “אָנמעסטן” אױף זיך די מעלות און חסרונות פֿון יענע מענטשן, װעלכע זײַנען געבליבן שטײן, זיצן אָדער ליגן אױפֿן הױכן פּעדעסטאַל פֿון דער געשיכטע.
■ האַנס כריסטיאַן אַנדערסען איז געװען אַ פּאַטאַלאָגישער נודנער היפּאָכאָנדריקער און דאָס גאַנצע לעבן זײַנס געהאַלטן אין אײן באַקלאָגן זיך אױפֿן געזונט־צושטאַנד. לײענט איבער זײַנע טאָגביכער און איר װעט ניט אױפֿהערן זיך חידושן און ניט פֿאַרשטײן, װאָס זשע לײענט איר, אַ טאָגבוך פֿון אַ גרױסן שרײַבער צי אַ מעדיצינישע קאַרטע פֿון אַ טױט־קראַנקן מרה־שחורהניק? “מײַן נשמה — שרײַבט אַנדערסען, — פֿרײט זיך נאָר דעמאָלט, װען אַלע לױבן מיך!”
■ װאָלפֿגאַנג אַמאַדעוס מאָצאַרט פֿלעגט באַקומען 500 גילדנס פֿאַר אײן קאָנצערט. אַ משפּחה פֿון 5 מענטשן האָט געקענט לעבן אױף דעם געלט אַ חודש צײַט, נאָר מאָצאַרט האָט קײן מאָל ניט געהאַט קײן גראָשן אין קעשענע. פֿאַר װאָס? װײַל יעדן האָנאָראַר פֿלעגט ער גלײַך פֿאַרשפּילן אין ביליאַרד.
■ כּדי אַרױסרעדט זײַן נאָמען דאַרף מען האָבן אַ פּאָר שורות אײַזערנע צײן. ער איז געװען דער ערשטער דײַטשישער קאַנצלער און אײנער פֿון די גרעסטע פֿרעסערס אױף דער װעלט. הײסן האָט ער געהײסן אָטאָ עדואַרד לעאָפּאָלד קאַרל װילהעלם פֿערדינאַנד פֿאָן ביסמאַרק־שענהאַוזען. ער איז געװען אַזאַ גרױסער פֿרעסער, אַז צו דרײַסיק יאָר האָט ער זיך באַװעגט נאָר אין אַ װעגעלע, און געמוזסט האַלטן אַ שטרענגע דיעטע. די דיעטע האָט געהאָלפֿן, און ביסמאַרק האָט פֿאַרלױרן אַ פּאָר קילאָ. װאָס איז געשען װײַטער לײענען מיר אינעם טאָגבוך פֿון ביסמאַרקס דאָקטער שװענינגער: “די נײַעס, אַז ער (ביסמאַרק) איז אַ תּל געװאָרן אױף צװײ קילאָ האָט אים אַזױ דערפֿרײט, אַז ער האָט גלײַך אױסגעזשליאָקעט פֿיר ליטער זױערמילך, האָט עס פֿאַרטרונקען מיט אַ ליטער קאָניאַק און אױפֿגעפֿרעסן אַ װעטשערע, װאָס איז געװען גענוג פֿאַר צען מענטשן. באמת, זײער טרױעריק איז צו זען װי אַ גרױסער מענטש קען ניט באַהערשן זײַנע נטיות.”
■ ערנסט האָפֿמאַן, לאָרד בײַראָן, מאַיאַקאָװסקי, טעקערײ האָבן ניט געקענט לעבן אָן טאַבאַק און גערײכערט װי אַ גוטער לאָקאָמאָטיוו, ס’הײסט, אָן אַן איבעררײַס. יאָהאַן װאָלפֿגאַנג פֿאָן געטע, פֿאַרקערט, פֿלעגט װערן קראַנק נאָר פֿונעם טאַבאַק־רױך. מע דערצײלט, אַז װען יאָהאַן פֿאָן געטע האָט אָפּגעזאָגט זײַן קעכין, װעלכע האָט געהאַט “קרומע הענט”, האָט יענע צוגעטראַכט אַ מין נקמה, װאָס האָט כּמעט דערהרגעט דעם גרױסן שרײַבער; די קעכין האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין געטעס קאַבינעט און אױסגערײכערט דאָרטן אַ ליולקע מיט שטאַרקסטן טאַבאַק.
■ הײַנריך הײַנע האָט ניט געקענט לעבן אָן פֿרױען. אײן מאָל האָט ער זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרײלעכער, זײער דיקער שיך־פֿאַרקױפֿערין, װעלכע האָט ניט געקענט לײענען און שרײַבן, נאָר הײַנע האָט זי געאײפֿערט, װי מע זאָגט, צו יעדן סלופּ. די געליבטע זײַנע, די קײַלעכדיקע פּאַמפּושקע, האָט זײער ליב געהאַט הײַנעס פּאָפּוגײַ קאָקאָט דער ערשטער, און אַנשטאָט צו שפּילן אַ ליבע מיטן באַלעבאָס, האָט זי זיך געשפּילט מיטן פּאָפּוגײַ. דער סוף איז געווען, אַז דער גרױסער פּאָעט האָט דערהרגעט דעם פֿױגל. אָבער די פּאַמפּוטשקע האָט געהאַלטן אין אײן װײנען און מאַכן סקאַנדאַלן, און דער בידנער הײַנע האָט געמוזט איר קױפֿן אַ נײַעם פּאָפּוגײַ — קאָקאָט דער צװײטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.