אַ חתן איז געקומען אָנקוקן אַ כּלה. חוץ זײַנע עלטערן האָבן אים באַגלייט אויך אַ סך מומעס.
בײַם טיש גיט דער שדכן אַ פֿרעג די כּלה:
— אַנו, כּלה, טרעף, ווער פֿון אָט די אַלע ווײַבער וועט זײַן דײַן שוויגער?
— אָט די! — ווײַזט אָן די כּלה אויף דעם חתנס מוטער.
— ווי אַזוי האָסטו געטראָפֿן? — פֿרעגט דער שדכן.
— איך האָב זי שוין פֿײַנט — ענטפֿערט די כּלה.
אַ שדכן רעדט אַ שידוך אַ יונגנמאַן:
— וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, דאָס מיידל איז אַ יונגס און אַ שיינס, אַ זעלטענער פּאַרשוין, הײַנט קריגט זי נדן גאָר אַ פֿײַן הויז.
— האָט איר בײַ זיך אַ פֿאָטאָגראַפֿיש בילד? — פֿרעגט דער יונגערמאַן.
— וואָס דען, איך האָב ניט? — מאַכט דער שדכן, און נעמט אַרויס דער כּלהס בילד און באַווײַזט.
ניין — זאָגט דער חתן — ניט אירס מיין איך, איך מיין פֿונעם הויז.
— מײַן ווײַב איז אַ מלאך.
— מײַנע איז אויך ניט קיין מענטש.
— וואָס זאָגסטו דײַן ווײַב, ווען דו קומסט אַהיים שפּעט בײַ נאַכט?
— איך זאָג איר “גוט מאָרגן”, ווײַטער זאָגט זי שוין.
אַ קראַנקער ייִד איז געגאַנגען צום דאָקטער; זײַן ווײַב האָט אים באַגלייט. וואָס דער דאָקטער האָט געפֿרעגט דעם ייִדן, האָט געענטפֿערט די ייִדענע. דעם דאָקטער איז אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק: ער האָט געכאַפּט אַ טערמאָמעטער און אים אַרײַנגעשטעקט דער ייִדענע אין מויל.
פֿרעגט דער ייִד: “דאָקטער, וואָס קאָסט אַזאַ מאַשינקע?”
— בײַ מיר אין שטוב איז שטענדיק אַ שׂימחה.
— ?
— אַז מײַן ווײַב וואַרפֿט מיר אַ טעלער און טרעפֿט ניט, איז בײַ מיר אַ שׂימחה; טרעפֿט זי יאָ, איז בײַ איר אַ שׂימחה.
אַז אַן אַלטער בחור קומט שפּעט בײַ נאַכט אַהיים, דאַרף ער פֿריִער אָנצינדן ליכט און זוכן זײַנע שטעקשיך.
דאַקעגן, אַ פֿאַרהייראַטער — פֿליִען אים זײַנע שטעקשיך גלײַך אין פּנים אַרײַן.
אַ מאַן איז געלעגן אויפֿן טויטנבעט. ווענדט זיך צו אים זײַן ווײַב:
— דו האַלטסט שוין פֿאַרן טויט, טאָ שווער מיר, צי דו האָסט מיך פֿאַרראַטן.
— וויפֿל מאָל איך האָב דיך פֿאַרראַטן, — שווערט זיך דער מאַן, — אַזוי פֿיל מאָל זאָל איך זיך איבערדרייען אין קבֿר.
נאָך אַזאַ שבֿועה האָט די פֿרוי געמאַכט איר מאַן אַ שיינע לוויה.
אין אַ צײַט אַרום איז זי אויך געשטאָרבן. שטייענדיק פֿאַרן מלאך־הדומה, בעט זי אים, ער זאָל איר אָנווײַזן אויף איר יאַנקלען.
דער מלאך פֿרעגט זי אויס איינצלהייטן וועגן איר מאַן, און די פֿרוי דערציילט אים וועגן דעם מאַנס שבֿועה פֿאַר זײַן טויט.
— אַהאַ! — שרײַט אויס דער מלאך, — יאַנקל ווענטילאַטאָר!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.