פֿון אַלע לענדער, אין װעלכע מיר איז אױסגעקומען צו װױנען, האָט זיך מיר בעסער פֿון אַלץ אויסגעאַרבעט אין אַרמעניע. אַזאַ כּבֿוד און ברײטהאַרציקײט צו ייִדן, װי אין אַרמעניע, האָב איך ניט געזען און ניט געפֿילט מער אין ערגעץ ניט, כאָטש אין דער מאָדערנער היסטאָרישער תּקופֿה האָבן אין גאַנץ אַרמעניע געלעבט ניט מער װי דרײַ הונדערט ייִדן.
די ערשטע ייִדן, אַרום צען טױזנט נפֿשות פֿון שומרון, האָבן זיך באַזעצט אין אַרמעניע אין פֿינפֿטן יאָרהונדערט פֿאַר דער מאָדערנער רעכענונג, גלײַך נאָכן ערשטן חורבן. דער גרױסער אַרמענישער היסטאָריקער פֿונעם פֿינפֿטן יאָרהונדערט שוין לױט דער קריסטלעכער צײַטרעכנונג, מאָװסעס כאָרענאַצי שרײַבט, אַז די דינאַסטיע אַרמענישע און גרוזינישע מלכים באַגראַטוני שטאַמען פֿון די ייִדן, װעלכע דער בבֿלישער מלך נבֿוכדנצר האָט איבערגעפֿירט פֿון ישׂראל קײן אַרמעניע. פֿון יענע צײַטן אָן און ביזן סוף פֿונעם פֿערטן יאָרהונדערט, װען פּערסיע האָט פֿאַרכאַפּט אַרמעניע, זײַנען דאָרט געװען גרױסע ייִדישע קאָלאָניעס און אַפֿילו גאַנצע ייִדישע שטעט. דער אַרמענישער היסטאָריקער פֿון יענער צײַט, פֿאַװסטאָס בוזאַנד שרײַבט, אַז די פּערסן האָבן איבערגעזעצט פֿון דער אַרמענישער נאַכיטשעװאַן־געגנט קײן פּערסיע אַרום 83000 אַרמענישע ייִדן. אין דער זעלבער נאַכיטשעװאַן־געגנט, זאָקאַסטאַן, זײַנען ביזן יאָר 1990 געװען דערפֿער און שטעטלעך פֿון די אַזוי גערופֿענע „זאָקן‟, אַן עטנישע גרופּע פֿון די אַרמענישע ייִדן, װעלכע האָבן אָנגענומען קריסטנטום, אָבער זיך ניט געמישט מיט אַנדערע עטנישע אַרמענישע גרופּעס. דער „פֿאָטער‟ און דער גרינדער פֿון דער אַרמענישער קאָמפּאָזיטאָרישער שול און פֿון דער מאָדערנער אַרמענישער מוזיק איז געװען אַראַם מעראַנגוליאַן, אױף זאָקיש מיינט „מעראַנגולי‟ — אַ באַזעסענער פֿון מעראַני. דער גרױסער אַרמענישער קאָמפּאָזיטאָר אַראַם כאַטשאַטוריאַן, דער באַשאַפֿער פֿון אַזעלכע באַקאַנטע באַלעטן ווי „גאַיאַנע‟ און „ספּאַרטאַקוס‟, איז געװען אַ זאָק.
פֿון אַלע הײַטצײַטיקע זאָקן איז די באַרימסטע געװען די מאָלערין גאַיאַנע כאַטשאַטוריאַן. װען מאַרק שאַגאַל האָט אין יאָר 1979 דערזען אירע בילדער אױף דער אױסשטעלונג אין פּאַריז, האָט ער אױסגעשריִען: „זי האָט איבערגעיאָגט אַלע מאָדערנע מאָלערס אױף הונדערט יאָר פֿאָרױס. זי איז אומדערגרײכלעך!‟ די מאָלערין אַלײן פֿלעגט איבערחזרן, אַז אירע בילדער זײַנען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון די זאָקישע מעשׂהלעך און לעגענדעס, װעלכע ס‘פֿלעגט איר דערצײלן און אױסזינגען איר באָבע. אין אָנדענק פֿון אירע ייִדישע אָבֿות, האָט גאַיאַנע כאַטשאַטוריאַן געאַרבעט נאָר מיט אַ צוגעדעקטן קאָפּ. עס זעט אױס אַ ביסל מאָדנע, אָבער זי האָט געטראָגן אַ יאַרמלקע ביז איר לעצטן טאָג, דעם 2טן מײַ 2009.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.