אַמאָל איז דער בעש”ט אײַנגעשטאַנען בײַם פּאַלנער רבֿ און האָט גאָרנישט געװאָלט עסן. אַז דער רבֿ האָט שטאַרק געבעטן, האָט דער בעש”ט געזאָגט: „איך בעט אײַך, פּטרט מיך פֿון עסן, װאָרן איך קען דאָ נישט עסן. עס זענען דאָ אַזעלכע נצוצי־קדושה, װאָס עס איז מיר שװער מתקן זײַן און, אַז איך װעל עסן און װעל ניט מתקן זײַן איז מיר אַ סכּנה‟.
ערבֿ־שבת האָט דער בעש”ט געהײסן זיך געבן עסן. נאָכן עסן האָט ער אַרײַנגערופֿן דעם רבֿ אין אַ חדר ביחידות און האָט אים געזאָגט: „דו זאָלסט װיסן, אַז מען האָט מיר מגלה געװען פֿון הימל, אַז עס זענען פֿאַראַן צװײ מלמדים, װאָס געהערן צו די תּיקונים װאָס איך דאַרף. מן־השמים האָט מען אַזױ געמאַכט, אַז די מלמדים זאָל זיך דאַכטן, אַז זײ זענען שלאַף, כּדי זײ זאָלן קומען אין שטאָט אַרײַן צו מיר, איך זאָל זײ אַ רפֿואה טאָן. אָבער זײ זענען גאָרנישט שלאַף, בכן זאָלסטו שטעלן אַ שומר אין עק שטאָט, װוּ די װעגענער קומען אָן, דער שומר זאָל זײ ברענגען צו דיר. און דו זאָלסט זיך מאַכן אַן אױסרײד צו שמועסן מיט זײ, און זאָלסט זײ פֿאַרזיכערן, אַז דו װעסט מיך בעטן איך זאָל זײ הײלן. למען־השם זאָלסטו זײ נישט בעטן אױף שבת. נאָר זאָלן זײ עסן אין זײער האַרבעריק. זאָלסט זײ אָבער אַנטלײַען העמדער און קאַפֿטאַנעס. זײ זענען גרױסע ענײם, און זאָלסט זײ אָנרעדן, אַז זײ זאָלן גײן אין מיקװה אַרײַן, װאָרן אפֿשר װעלן זײ נישט גײן אין מיקװה, װײַל זײ רעדן זיך אײַן, אַז זײ זענען שלאַף. זאָלסט זײ זאָגן אַז איך, דער בעש”ט, האָב ליב, אַז מען קומט פֿאַר מיר טהור, ריין. װי זײ װעלן קומען אין בית־המדרש אַרײַן, זאָל מען מיר תּיכּף מודיע זײַן, אַפֿילו אַז איך װעל שטײן שמונה־עשׂרה זאָלסטו מיר אַרײַנרױמען אין אױער, אַז זײ זענען געקומען‟.
האָט דער רבֿ אַזױ געטאָן. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס זענען זײ געקומען נאָכן עסן צום טיש, להרבֿ, און דער בעל־שם איז געזעסן בײַם טיש, האָט ער זיך גאָרנישט װיסן געמאַכט און האָט זײ נישט מכבד געװען מיט אַ גלעזל מעד. אין דער פֿרי איז אױך אַזױ געװען. שלוש־סעודות האָבן זײ שױן געגעסן און מען האָט זײ שױן געגעבן מעד. נאָך הבֿדלה איז דער בעל־שם זײער לוסטיק געװאָרן און האָט גענומען די ליולקע און איז געגאַנגען אין שטיבל אַרײַן. דער רבֿ האָט אױך געװאָלט מיטגײן, זענען געקומען די צװײ מלמדים און האָבן געבעטן דעם רבֿ, אַז ער זאָל זײ אַרײַנפֿירן אין שטיבל צום בעל־שם. זאָגט דער רבֿ: „רעכט, קומט מיט מיר‟. אַז זײ זענען אַרײַנגעקומען מיט דעם רבֿ, האָט דער בעל־שם זײ געזאָגט: „איר דאַרפֿט גאָר קײן רפֿואות נישט, איר װעט געזונט זײַן‟. די העמדער און די קאַפֿטאַנעס האָט ער זײ געשענקט. זײ זענען אַװעקגעפֿאָרן און האָבן גאָרנישט געװוּסט װאָס דער בעש”ט האָט געמײנט דערמיט
„פֿון אונדזער אוצר ־ ד‘ ישׂראל בעל־שם־טובֿ‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.