Oyneg Shabes

בעטלער, שנאָרער, אָרעמע־לײַט

Beggars, Shnorers and Poor People

  • Print
  • Share Share

פּרנסה בלײַבט פּרנסה

אין שטעטל איז אָנגעקומען פֿרײַטיק פֿאַר נאַכט אַן אָרעמאַן, גײט ער אַרײַן צום רבֿ און דערצײלט אים, אַז געקומען איז ער אַהער, צו גײן איבער די היגע הײַזער און בעט, אַז זײַן קלומעקל זאָל דאָ אין שטוב איבערליגן ביז איבער שבת. שבת־צו־נאַכטס נעמט מען בײַם רבֿ איבערטראָגן דעם אָרעמאַנס קלומעקל פֿון אײן אָרט אױפֿן אַנדערן, בינדט זיך עס אױף און עס פֿאַלט פֿון דאָרט אַרױס אַ היפּש פּעקל אַסיגנאַציעס. דער רבֿ האָט באַלד געשיקט רופֿן די ראָשי־הקהל און דערצײלט זײ די מעשׂה און מען נעמט זיך מײשבֿ זײַן — װאָס טוט מען מיט אַזאַ „אָרעמאַן‟?

איז געבליבן, אַז מען זאָל דעם ייִד פֿאָרלײגן אײנס פֿון די צװײ: אָדער דאָס גאַנצע געלט זײַנס פֿאַרבלײַבט בײַ קהל אױף צדקה, אָדער ער זאָל געבן אַ תּקיעת־כּף, אַז ער מאַכט זיך פֿאַרן געלט עפּעס אַ געשעפֿט און מער גײט ער ניט איבער די הײַזער.

זונטיק אין דער פֿרי קומט דער ייִד נאָך זײַן קלומעקל, דערצײלט אים דער רבֿ, װאָס מען האָט נעכטן בײַ נאַכט באַשלאָסן װעגן זײַן געלט, און איצט איז די ברירה בײַ אים. דער ייִד האָט זיך אַ ביסל פֿאַרטראַכט, דערנאָך רופֿט ער זיך אָפּ:

„רבי, לאָזט איבער דאָס געלט בײַ אײַך, קײן תּקיעת־כּף װעל איך ניט געבן פּרנסה בלײַבט פּרנסה.


דער חכם גיט ניט

אַ ייִד איז פֿאַר פּסח געקומען צו אַ גבֿיר נאָך אַ נדבֿה פֿאַר זיך, דערקלערנדיק, אַז ער שטאַמט פֿון אַן אַלטער רבנישער משפּחה. רופֿט זיך אָפּ דער גבֿיר: „אַז איר האַלט זיך פֿאַר אַ יחסן, װעל איך אײַך געבן דרײַ רובל קעגן די אַרבעה בנים פֿון דער הגדה‟.

„סטײַטש,‟ – מאַכט דער ייִד, — „אױב אַזױ דאַרפֿט איר מיר דאָך געבן פֿיר רובל!‟

„יאָ,‟ — ענטפֿערט דער גבֿיר, — „אָבער דער ׳חכם׳ גיט ניט!‟


גײט אַלײן איבער די הײַזער

אין אַן אַכסניה האָט זיך אָפּגעשטעלט אַן אָרעמאַן, און געהײסן זיך באַלד דערלאַנגען אַ גוטן מיטיק. געקומען בײַ נאַכט האָט ער װידער געהײסן זיך געבן עסן און טרינקען פֿונעם בעסטן, װאָס דאָרט געפֿינט זיך. אױף מאָרגן שטײט ער אױף פֿרי, פֿאָדערט אַ זאַטן פֿרישטיק. אָפּגעגעסן, נעמט ער זיך געזעגענען מיטן בעל־אַכסניה. רופֿט זיך יענער אָפּ:

„נו, און װאָס הערט זיך, ר’ ייִד, מכּוח באַצאָלן פֿאַרן עסן און טרינקען און נאַכטלעגער?‟

„זאָרגט זיך ניט,‟ מאַכט דער אָרעמאַן, „ס’איז גלײַך װי בײַ אײַך אין דער קעשענע. איך פֿאָר נאָך ניט אַװעק. געקומען בין איך אַהער אין שטעטל קלײַבן נדבֿות, דאָס איז מײַן שטענדיקע פּרנסה. נאָר נעכטן בין איך נאָך געװען מיד פֿונעם װעג, איצט נעם איך זיך צו דער אַרבעט, און איר מעגט זײַן זיכער, אַז איך װעל אײַך אָפּברענגען װיפֿל עס קומט ביז אײן פּרוטה.

„װאָס דערצײלט איר מיר: איך מעג זײַן זיכער?‟ — שרײַט דער בעל־אַכסניה, „ איך בין גאָרניט זיכער.‟

„אױב איר גלײבט מיר ניט, קומט זשע מיט מיר, זײַט מוחל, װעלן מיר גײן צוזאַמען, איבער די הײַזער.‟

„װאָס רעדט איר, משוגע זענט איר? װאָס הײסט, איך װעל זיך לאָזן מיט אײַך איבער די הײַזער גײן?!‟

„װאָס, איר שעמט זיך מיט מיר צו גײן? װײסט איר גאָר װאָס, נאַט אײַך מײַן טאָרבע און גײט אַלײן אָן מיר איבער די הײַזער.‟


ניט קײן קרובֿ

אַן אָרעמאַן איז נאָכגעגאַנגען נאָכן גרױסן בראָדסקיס לװיה און אַלע מאָל אַרױאַסגעלאָזט אַ טיפֿן קרעכץ פֿונעם האַרצן. פֿרעגט אים אײנער:

„װאָס קרעכצט איר אַזױ, ר’ ייִד. ס’איז אײַערער אַ נאָענטער קרובֿ?‟

„נײן,‟ ענטפֿערט דער אָרעמאַן, „דער געשטאָרבענער גבֿיר איז ניט קײן שום קרובֿ. און אָט דערפֿאַר טאַקע קרעכץ איך און זיפֿץ אַזױ.‟