ר’ יצחק־אלחנן איז אַמאָל אַרױס מיט אַן עסקן איבער דער שטאָט, קלײַבן פֿאַר אַ געפֿאַלענעם בעל־הבית, אַ יורד. און מחמת דער בעל־הבית איז געװען אַ ידוע אין שטאָט, האָבן זײ אָפּגעמאַכט ניט אױסצוזאָגן קײנעם פֿאַר װעמען זײ קלײַבן.
גײענדיק איבער דער שטאָט זײַנען זײ אַרײַן צו אַ ייִד, אַ גבֿיר, בײַ װעמען זײ האָבן זיך געריכט צו קריגן אַ שײנע מטבע. דער גבֿיר האָט זײ זײער שײן אױפֿגענומען, זײ פֿאַרבעטן אין סאַלאָן און זײ געפֿרעגט מכּוח װאָס זײ זײַנען געקומען צו אים.
„מיר װילן פֿון אײַך אַ נדבֿה,‟ זאָגט ר’ יצחק־אלחנן, „און גיט אונדז טאַקע תּיכּף. מיר מוזן גײן.‟
„פֿאַר װאָסער צדקה?‟, פֿרעגט דער גבֿיר.
„פֿאַר אַ יחיד‟, ענטפֿערט ר’ יצחק־אלחנן.
„פֿאַר װעמען?‟ װערט דער גבֿיר טשיקאַװע.
„דאָס,‟ ענטפֿערט ר’ יצחק־אלחנן, „קענען מיר אײַך ניט זאָגן. ס’איז אַ בכּבֿודיקער ייִד, װאָס איז לא־עליכם, געװאָרן אַ יורד און מ’טאָר אים ניט לאָזן פֿאַלן.‟
„רבי,‟ קלערט דער גבֿיר אַ װײַלע און זאָגט, „איר קריגט פֿון מיר פֿינף און צװאַנציק רובל און זאָגט מיר פֿאַר װעמען איר גײט.‟
דער עסקן קוקט זיך איבער מיט ר’ יצחק־אלחנן: פֿינף און צװאַנציק רובל איז אַ מטבע. ר’ יצחק־אלחנן קלערט קײן מינוט ניט און ענטפֿערט:
„כ’קען אײַך ניט זאָגן.‟
זעט דער גבֿיר, אַז ר’ יצחק־אלחנן האַלט זיך שטאַרק, זאָגט ער צו אים:
„רבי, כ’גיב אײַך פֿופֿציק רובל…‟
דער עסקן קוקט זיך װידער איבער מיט ר’ יצחק־אלחנן און הײבט אָן:
„רבי, אפֿשר… פֿופֿציק רובל…‟
ר’ יצחק־אלחנן האַלט זיך בײַ זײַנס: ער װעט ניט זאָגן.
„רבי,‟ זאָגט דער גבֿיר, „כ’גיב אײַך הונדערט רובל!‟
דערהערט הונדערט רובל, זאָגט דער עסקן צו ר’ יצחק־אלחנן:
„רבי, לאָמיר אים זאָגן בסוד, בתּנאַי, ער זאָל קײנעם ניט אױסזאָגן. דערמאָנט אײַך, רבי, הונדערט רובל. װיפֿל גאַסן דאַרפֿן מיר דורכגײן, ביז מירן מאַכן אַזאַ סכום!‟
ר’ יצחק־אלחנן װיל אָבער ניט הערן און זאָגט דעם גבֿיר:
„האַלט אונדז ניט אױף, איר װעט בײַ מיר ניט פּועלן אַפֿילו מיט אַלפֿים. יענעמס נאָמען איז טײַערער װי געלט.‟
װי דער גבֿיר האָט עס דערהערט, האָט ער געבעטן ר’ יצחק־אלחנן זיך מטריח זײַן אַ װײַלע און אַרײַנגײן מיט אים אין זײַן קאַבינעט. דעם עסקן האָט ער געבעטן מוחל זײַן און װאַרטן אין סאַלאָן.
אונטער פֿיר אױגן האָט דער גבֿיר אױסגעגאָסן זײַן האַרץ פֿאַר ר’ יצחק־אלחנן, אַז ער איז אַלײן געדריקט אין מצבֿ, איז יורד פֿון טאָג צו טאָג און װײסט ניט מאַיִן יבֿוא עזרו. ער האָט שױן ניט אײן מאָל געטראַכט, אַרײַנגײן צום רבֿ און אים פֿאַרטרױען זײַן מצבֿ. ער האָט אָבער מורא געהאַט, טאָמער װעט עס ניט קענען בלײַבן בסוד. איצט, אָבער, אַז ער האָט געזען, װי װײַט דער רבֿ איז ניזהר מיט יענעמס נאָמען, בעט ער אים, ער זאָל אים אַרױסהעלפֿן אין זײַן איצטיקן מצבֿ.
פֿונעם בוך „די וועלט דערציילט‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.