Oyneg Shabes

מע מאַכט חוזק פֿון זיך אַליין

Making Fun of Yourself

  • Print
  • Share Share

יום־טובֿ אין דער װאָכן

Saul Raskin

בעת דער גרױסער עליה נאָך דער פּראָקלאַמירונג פֿון דער ייִדישער מדינה, זײַנען די עולים אײַנקװאַרטירט געװאָרן אין די מעברות. באַגעגנט אײן ייִד, אַ נײַער עולה, אַ צװײטן ייִדן, און אַנשטאָט אים צו זאָגן „גוט־מאָרגן‟ זאָגט ער צו אים „גוט־יום־טובֿ‟. פֿרעגט יענער: „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ ׳גוט־יום־טובֿ’ אין אַ פּראָסטן מיטװאָך?‟ ענטפֿערט דער ייִד: „אַז אָנגעטאָן גײען מיר אין אָפּגעריבענע קלײדער, װי אום פּורים די פּורים־שפּילער, און עסן, עסן מיר װי עס װאָלט געװען יום־כּיפּור, און װױנען, װױנען מיר אין די בײַדלעך װי סוכּות — נו, זאָגט אַלײן, איז דאָס ניט יום־טובֿ?‟…


אַ האַלבער דערפֿאָלג

אַ רבֿ אין אַ שטעטל האָט אײן מאָל אין אַ שבת, װאָס אין אָנהײב װינטער, געזאָגט צו זײַן װײַב: אַזױ װי ער װײסט, אַז די אָרעמע־לײַט פֿון דעם שטעטל האָבן ניט קײן געלט אױף האָלץ און עס איז דאָ אַ סכּנה, אַז זײ װעלן, נעבעך, פֿאַרפֿרױרן װערן, װעט ער אין זײַן הײַנטיקער דרשה אין שיל זיך װענדן צו די רײַכע באַלעבאַטים, אַז זײ זאָלן באַזאָרגן די אָרעמע־לײַט מיט הײצונג אױפֿן װינטער.

װען דער רבֿ איז נאָך זײַן דרשה אַהײמגעקומען און די רביצין האָט אים געפֿרעגט װאָס ס’הערט זיך, האָט ער געענטפֿערט:

„איך האָב געפּועלט אַ העלפֿט.‟

„נו, איז דאָך גוט,‟ מאַכט די רביצין, „װאָס האָסטו געפּועלט?‟

„איך‟, זאָגט דער רבֿ, „האָב געפּועלט בײַ די אָרעמע־לײַט, אַז זײ װעלן זײַן צופֿרידן, אױב מען װעט זײ באַזאָרגן מיט האָלץ.‟


אַזױ פֿיל מזוזות

צװײ אָרעמע־לײַט זײַנען געגאַנגען פֿאַרבײַ אַ גרױסן פּאַלאַץ. זאָגט אײנער דעם צװײטן: „דאָס מוז געװיס זײַן ראָטשילדס פּאַלאַץ. דו, אַ שטײגער, װאָלסטו חשק געהאַט צו האָבן אַזאַ היפּשן פּאַלאַץ?‟

„חס־וחלילה!‟, האָט יענער געענטפֿערט, „װוּ װעל איך נעמען אַזױ פֿיל מזוזות צו אַזױ פֿיל טירן?‟