אַלפֿרעד נאָבעל האָט ניט געקענט קײן ייִדיש און זיך אַפֿילו ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז די ייִדן קאָנען זײַן גרױסע חוזק־מאַכערס, און אומעטום שטופּן זײ אַרײַן דעם „ש‟, ווען זיי ווילן פֿון עפּעס אָפּלאַכן — „בלאָטע־שמאָטע‟, „ייִנגל־שמינגל‟, „נאָבעל־שנאָבעל‟, אאַז״װ. װען ער װאָלט געװען מער געבילדעט, װאָלט ער גלײַך געלאָפֿן אין מאַגיסטראַט און געביטן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען אױף אַ מער נײטראַלן נאָמען, למשל, לײקיס. דאַן װאָלטן מיר געהאַט אַ „שלײקעס־פּרײַז‟ אָדער אַ „שמעלקעס־פּרײַז‟. און נישט… אַ שנאָבעל־פּרײַז!… אַזױ צי אַנדערש, אָבער דער דאָזיקער „שנאָבעל־פּרײַז‟ (אױף ענגליש האָט עס ניט קײן טעם — Ig Nobel, אַ שענדלעכער פּרײַז) האָט פֿאַרנומען זײַן בכּבֿודיק אָרט אין דער הײַנטצײַטיקער װיסנשאַפֿטלעכער װעלט־קולטור און, װי שטענדיק, אױך דאָס יאָר איז די צערעמאָניע פֿאָרגעקומען אין די ימים־נראָים, אינעם האַרװאַרד־אוניװערסיטעט, אין באָסטאָן־שמאָסטען. אָט נאַט אײַך די רשימה פֿון די פֿריש־געבאַקענע שנאָבעל־לאַורעאַטן פֿאַר יאָר 2013:
■ אין מעדיצין־געביט: האָט עס באַקומען אַ גרופּע יאַפּאַנער און כינעזישע װיסנשאַפֿטלער (דער לײַטער, מאַסאַטערו אוטשיאַמאַ), װעלכע האָבן אױסקאָנטראָלירט די װירקונג פֿון דער אָפּערע־מוזיק אױף די מײַז, װעלכע האָבן איבערגעטראָגן אַ האַרץ־טראַנספּלאַנטאַציע.
■ אין פּסיכאָלאָגיע־געביט: האָט עס באַקומען אַ גרופּע װיסנשאַפֿטלער פֿון פֿראַנקרײַך, האָלאַנד און פּױלן, דער לײַטער, לאָרען בעזשע. די װיסנשאַפֿטלער זײַנען געקומען צו אַן אױספֿיר, אַז דער, װאָס האַלט זיך פֿאַר אַ שיכּור, איז זיכער, אַז ער איז מלא־חן.
■ אין ביאָלאָגיע און אַסטראָנאָמיע־געביט: האָט עס באַקומען עריק װאָרענט פֿון שװעדיע און אַ גרופּע זײַנע קאָלעגן פֿון דײַטשלאַנד, אױסטראַליע און דרום־אַפֿריקע. די אױספֿאָרשער האָבן באַװיזן, אַז די, כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד, טינוף־זשוקעס, בײַם אומקערן זיך אַהײם נאָך אַ הוליאַנקע, געפֿינען דעם וועג לױטן מילך־שליאַך און ניט לױט דער לבֿנה, װי מע האָט געמײנט פֿריִער.
■ אין אינזשינעריע און זיכערהײט־געביט: האָט עס באַקומען דער אַמעריקאַנער גאַסטאַנאָ פּיצאָ, אונדז צו לאַנגע יאָרן, פֿאַר אױסאַרבעטן אַן אױטאָמאַטישע סיסטעם פֿאַר נײטראַליזירן די עראָפּלאַנען־טעראָריסטן. די סיסטעם פֿאַרפּאַקט דעם טעראָריסט אין אַ פּאַסטקע, און דורך אַ ספּעציעלן ליוק װאַפֿט אים אַרױס פֿונעם עראָפּלאַן מיט אַ פּאַראַשוט, װעלכער סיגנאַליזירט דער פּאָליצײ װעגן דעם אַטענטאַט.
■ אין כעמיע־געביט: האָט עס באַקומען אַ גרופּע יאַפּאַנער װיסנשאַפֿטלער (דער לײַטער, כידעכיקאָ קומגאַי), װעלכע האָבן באַװיזן, אַז די ביאָ־כעמישע פּראָצעסן, װעלכע צװינגען די מענטשן װײנען בײַם שנײַדן ציבעלעס, זײַנען אַ סך קאָמפּליצירטער, װי מע האָט געמײנט פֿריִער.
■ אין פֿיזיק־געביט: האָט עס באַקומען דער רוסישער װיסנשאַפֿטלער יורי איװאַנענקאָ, װעלכער האָט באַװיזן, אַז ניט נאָר דער יויזל, נאָר אױך אַנדערע פּשוטע מענטשן װאָלטן געקענט לױפֿן איבערן װאַסער, װען זײ װאָלטן געלאָפֿן איבער… אַ לבֿנה־אָזערע.
■ אין אַרכעאָלאָגיע־געביט: האָבן עס באַקומען ברײַאַן קרענדאָל און פּיטער סטאַל פֿאַר זײערע עקספּערימענטן מיט אַראָפּשלינגען אַן ערד־גראָב־חיהלע און זײערע װײַטערדיקע אױספֿאָרשונגען פֿונעם חיהלעס פֿאַרדײַענע בײנדעלעך.
■ אין פֿילאָסאָפֿיע־געביט: האָט עס באַקומען אַ גרופּע װיסנשאַפֿטלער פֿון שאָטלאַנד (דער לײַטער, קאָלין מאָרגאַן), װעלכע האָבן באַװיזן, אַז, װאָס לענגער ס‘ליגט די קו אױף דער ערד, אַלץ מער איז די װאַרשײַנלעכקײט, אַז די קו װעט באַלד אױפֿשטײן; און, אַז אױב די קו איז שױן יאָ אױפֿגעשטאַנען, איז כּמעט אוממעגלעך צו פּראָגנאָזירן, װען װעט זי זיך װידער אַ מאָל אַנידעקלײגן.
■ אין געזונטהײט־געביט: האָט עס באַקומען אַ גרופּע װיסנשאַפֿטלער פֿון טײַלאַנד, װעלכע האָבן אױסגעאַרבעט מעדיצינישע מעטאָדן, װעלכע מע דאַרף נוצן. איך ציטיר: „בעת אַן עפּידעמיע פֿון פּעניסן־אַמפּוטאַציעס אין סיאַם־געגנט‟.
■ דער שנאָבעלישער „שלום־פּרײַז‟ איז צוגעטײלט געװאָרן דעם װײַסרוסישן פּרעזידענט אַלעקסאַנדער לוקאַשענקאָ פֿאַרן אָננעמען אַ געזעץ, װעלכער „פֿאַרווערט די עפֿנטלעכע אַפּלאָדיסמענטן אין די געזעלשאַפֿטלעכע ערטער‟.
די לאַורעאַטן האָבן באַקומען אַ מאַטעריעלע סובסידיע פֿון צען טריליאָן זימבאַבװייער דאָלאַרן (אײן באַנקנאָט) יעדער אײנער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.