Oyneg Shabes

חכמות לכּבֿוד סוכּות

Wisdom for Sukkot

  • Print
  • Share Share

ווען מע פֿאַלט אַרײַן אין קהלישע הענט

ר׳ יוסף קאָלאָווער איז געווען באַרימט מיט זײַן למדות און צדקות, און מ׳האָט אים אָפֿט אָנגעבאָטן אַ רבנות־שטעלע אין די דערבײַיִקע שטעטלעך. דאָס שכונותדיקע און מיוחסדיקע שטעטל ברעזשאַן, איז שטאַרקער פֿון אַלע אַנדערע צוגעשטאַנען צו ר׳ יוסף צו ווערן זייער רבֿ. אויך זײַן ווײַב איז דאָס מאָל צוגעשטאַנען און געפֿאָדערט, ער זאָל אָננעמען דאָס רבנות. ר׳ יוסף איז אָבער פֿאַרבליבן פֿאַרעקשנט און באין אופֿן ניט געוואָלט ווערן אַ רבֿ.

איין מאָל האָט זײַן ווײַב גאָר שטאַרק צוגעשטאַנען, ער זאָל אָננעמען דעם כּתבֿ־רבנות אין ברעזשאַן. „ווייסטו וואָס, אויב דו וועסט מיר קויפֿן אַן אתרוג, אַ מהודרל, וועל איך מרוצה ווערן צו זײַן דער ברעזשאַנער רבֿ‟, האָט ער איר געזאָגט. די רביצין איז אַוועקגעפֿאָרן אין דער גרויסער שטאָט און אים געבראַכט אַן אתרוג, אַן אַנטיק, איז דאָס גאַנצע שטעטל געקומען אים באַקוקן און באַטאַפּן ביז ער איז געוואָרן שוואַרץ און באַפֿלעקט. קיין ברכה האָט מען איבער אים ניט מער געקענט מאַכן.

„זע‟ האָט ר׳ יוסף געזאָגט צו זײַן ווײַב — „דער שענסטער אתרוג ווערט אויס הדר, ווען ער פֿאַלט אַרײַן אין קהלישע הענט‟.


אַ רמז אויפֿן גלות

דער ריזשינער רבי פֿלעגט זאָגן, אַז די סוכּה איז אַ רמז אויפֿן גלות. דער דין, אַז דער סכך טאָר נישט זײַן באַהאָפֿטן צו דער ערד איז מרמז אויף דער ייִדישער באָדנלאָזיקייט. דער דין, אַז אַפֿילו ווען מע קען נישט דעם קאָפּ אויפֿהייבן אין סוכּה, איז ער נאָך אַלץ אַ סוכּה און געגליכן צום גלות, וווּ דער ייִד איז תּמיד גענייט צו גיין מיטן קאָפּ אַראָפּגעלאָזן. דער דין, אַז דער ייִד מוז אַליין בויען די סוכּה איז מרמז אויפֿן גלות, וווּ דער ייִד דאַרף תּמיד בויען זײַן לעבן און קיין מאָל נישט געניסן דערפֿון וואָס אַנדערע האָבן געבויט פֿאַר אים.


אַ שׂימחת־תּורה געדאַנק…

זיצט אַ ייִד שׂימחת־תּורה און מאַכט אַזוי צום עולם:

„אוי, ייִדן! ווייסט איר וועמען כ׳בין איצט מקנא? שלמה־המלך! אָבער ניט אויף זײַן חכמה און ניט אויף זײַן עשירות בין איך אים מקנא, נאָר אויף זײַן ׳כּוס של ברכה׳! שטעלט אײַך פֿאָר, אַז שלמה האָט, לויטן דין געמוזט געבן פֿון דעם ׳כּוס של ברכה׳ נאָכן בענטשן פֿאַרזוכן צו אַלע זײַנע טויזנט ווײַבער און ערשט דעמאָלט האָט ער באַדאַרפֿט אַליין אויסטרינקען דעם ׳רובֿ׳ דערפֿון. פֿאַרשטייט איר שוין, וואָס פֿאַראַ גוואַלדיקער כּוס ווײַן דאָס איז געווען? אוי, ייִדן, ווען איך האָב איצט אָט יענעם כּוס ווײַן!‟