שױן גלײַך נאָך ראָש־השנה האָב איך דערקלערט, אַז איך װעל פֿאַסטן יום־כּיפּור.
„זאָג ניט אַזױ, מײַן קינד,‟ האָט דער טאַטע תּיכּף זיך אָנגערופֿן, ניט אַזױ אומצופֿרידן װי דערשראָקן. „דו טאָרסט ניט זאָגן: דו װעסט, ווײַל דאָס איז אַזױ גוט, װי אַ נדר. זאָג: דו װעסט זיך סטאַרען.‟
„דו װעסט זען!‟ האָב איך שױן געזאָגט אײַנגעעקשנט.
„נאָך צו פֿרי פֿאַר דיר, קינדעלע,‟ האָט די מאַמע זיך אַרײַנגעמישט, מיט אַ טיפֿן רחמנות און אין דער זעלביקער צײַט מיט אַן אמתן נחת, װאָס אַזױ יונג, װי איך בין, אײַל איך זיך שױן אונטערצושטעלן מײַנע קלײנע פּלײטשקעס אונטער דעם שװערן יאָך פֿון ייִדישקײט. „װאַרט נאָך אַ יאָר, נאָך אַ יאָר.‟
„איר׳ט זען, איר׳ט זען!‟ האָב איך געענטפֿערט מיט פֿאַרדראָס, װאָס מען װיל מיך ניט נעמען ערנסט.
נאָר פֿון דער רגע אָן בין איך אין שטוב אױסגעװאַקסן מיט אַ גאַנצן קאָפּ. די מאַמע האָט אַלעמען געלאָזט פֿילן די גבֿורה, װאָס איך קלײַב זיך װײַזן און הגם זי האָט שטענדיק צוגעזען מײַן טעלער בײַם עסן, האָט זי מיר נאָך מער אַרײַנגעקוקט אין מױל.
„עס, מײַן קינד; דו דאַרפֿסט אָנקלײַבן כּוחות צו אַזאַ תּענית, װען דו װילסט מיט אַן אמת פֿאַסטן.‟
ביז יענעם יאָר האָב איך כּפּרות געשלאָגן מיט געלט. און צו זאָגן דעם אמת איז מיר די דאָזיקע כּפּרה געװען זײער געפֿעלן, װײַל אױב אַ טײל האָב איך אַלײן צעטײלט אױף צדקה, האָב איך אױך אַ טײל געקענט אױסגעבן אױף נאַשערײַ. נאָר איצט האָט די מאַמע באַשלאָסן, אַז איך דאַרף האָבן אַ הענטל אױף כּפּרות, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִנגל, װאָס קלײַבט זיך צו פֿאַסטן.
נאָר טאַקע ערבֿ יום־כּיפּור איז די מאַמע פּלוצעם שװאַך געװאָרן מיט דער דעה װעגן מײַן פֿאַסטן. זי האָט מיך אָפּגעמאָסטן מיט אירע פֿאַרװײנטע אױגן און געװיזן אױף אַ פּאָלקע עוף און געזאָגט, אַז פֿאַרן ערשטן מאָל װעט זײַן גענוג צו פֿאַסטן ביז מוסף און איך זאָל קומען און אונטערשפּאַרן דערמיט דאָס האַרץ.
איך האָב דערױף ניט געענטפֿערט, נאָר מײַן באַשלוס איז איצט געװען שטאַרקער װי פֿריִער, אַז אַפֿילו איך זאָל ממש אױסגײן פֿון הונגער, װעל איך זיך צו קײן שפּײַז ניט צורירן.
אַלע מײַנע געדאַנקען זײַנען פֿון כּל־נדרי אָן געװען פֿאַרנומען מיטן תּענית און אַלע מײַנע גלידער האָבן, דאַכט זיך, געשריִען צו אַלעמען: „איך פֿאַסט!‟, און עס קען זײַן, אַז טאַקע צוליב דעם, האָב איך שױן אין אָװנט אָנגעהױבן צו פֿילן אַ הונגער, הגם בײַ דער פֿאַרנאַכטיקער סעודה האָב איך זיך אַזױ אָנגעגעסן, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט זײַן זאַט אַ גאַנצן מעת־לעת.
אַזױ גיך װי איך האָב אױפֿגעעפֿנט די אױגן אין דער פֿרי, איז מײַן ערשטער געדאַנק געװען: „איך פֿאַסט!” און דער דאָזיקער געדאַנק האָט מיך פֿרײלעכער געמאַכט, ניט קוקנדיק אױף דער אימה און דעם פּחד, װאָס זײַנען געהאָנגען שװער איבערן גאַנצן שטעטל.
אין אַ געהױבענער שטימונג האָב איך זיך געפֿילט דעם גאַנצן שחרית. און די שטימונג איז געװען אַזױ געהױבן, אַז איך האָב גאָר ניט געטראַכטערהײט אױפֿן אָרט באַשלאָסן ניט נאָר צו פֿאַסטן, נאָר אױך אָפּצושטײן דעם גאַנצן טאָג אױף די פֿיס, װי מײַן פֿעטער האָט זיך נוהג געװען יום־כּיפּור. נאָר װעגן דעם דאָזיקן באַשלוס האָב איך קײנעם ניט דערצײלט, װײַל איך בין ניט געװען אין גאַנצן זיכער, צי איך װעל עס קענען דערװײַזן.
דער ערשטער װאָס האָט מיר די דאָזיקע שטימונג פֿאַרדאָרבן, איז געװען נאָטע דעם שענקערס אַ ייִנגעלע, חײמקע האָט ער געהײסן, מיט שיטערע בלאָנדע הערלעך און אַן אױסגעדאַרטער, אױסגעקװאַרטער. נאָטע האָט אַ קוק געטאָן אױף זײַן האַלב פֿאַרשמאַכטן ייִנגל און אַ װוּנק געטאָן צו אים ער זאָל אַרונטערקריכן אונטערן באַנק און דערלאַנגט אים עפּעס אײַנגעװיקלט אין אַ פּאַפּיר, חײמקע האָט זיך ניט געלאָזט בעטן, געעפֿנט דאָס פּאַפּיר און אַרױסגעשלעפּט אַ גרױסן הינערשן פּופּיק און אַ שטיק חלה, און מיט די קלײנע צײנדלעך האָט ער זיך אײַנגעביסן אין דעם אַרױסגעסטאַרטשעטן בלױלעכן פֿלײש און מיט צװײ־דרײַ ביס איז ער דערמיט געװאָרן פֿאַרטיק; דערנאָך האָט ער זיך גענומען צום האַרטן טײל און געביסן מיט די שאַרפֿע צײנדלעך און געטרײסלט מיטן קעפּל אַהין און אַהער, כּדי אַרײַנצונעמען מער קראַפֿט אין דעם ביס.
איך האָב נאָכגעקוקט יעדע באַװעגונג זײַנע און דערפֿילט עפּעס אַ חלשות אין האַרצן. דאָס איז געװען דאָס ערשטע מאָל װאָס איך האָב אַרױסגענומען מײַנע יום־כּיפּור־טראָפּנס און אַ שמעק געטאָן טאַקע מיט אַן אמת צו דערהאַלטן די כּוחות.
צו מוסף האָב איך שױן געהאַט אַ שװערן קאַמף מיט זיך. די פּאָלקע הון אין דער הײם האָט צו מיר געװוּנקען דורך די תּפֿלות און אַפֿילו, װען איך האָב געהאַלטן די אױגן פֿאַרמאַכט. די מערסטע צײַט האָב איך פֿאַרבראַכט אין דרױסן. איך בין געזעסן אױף אַ שטײן פֿאַרן קלױז און האָב געמײנט, אַז די נשמה גײט מיר אױס. די כּוחות האָבן מיר אַזױ אָפּגעלאָזט, אַז איך האָב זיך אַפֿילו קײן ריר ניט געטאָן, װען עס איז געװאָרן אַ געלאַף איבער די טרעפּ צו „עזרת־נשים‟ און שטאַפֿעטן זײַנען באַלד געפֿלױגן, אַז חיה־בײלע, שמואל־דוד דעם דײנס װײַב האָט געחלשט. מיט שװערקײט האָב איך זיך אױפֿגעהױבן. װען דער טאַטע האָט אָנגעקלאַפּט אין פֿענצטער און דערמיט געלאָזט מיר װיסן, אַז אַ תּפֿילה קומט. די פֿײַערלעכקײט װאָס יעדע תּפֿילה האָט געװײנטלעך אַרױסגערופֿן, האָט מיר איצט אין גאַנצן געפֿעלט, און די רירנדיקסטע תּפֿילות זײַנען איצט עפּעס בלײך געװאָרן. איך האָב ממש מורא געקראָגן צו קוקן אױפֿן זײגער, איך זאָל ניט װיסן װי לאַנג די דאָזיקע אַגאָניע װעט זיך ציִען.
צו מינחה זײַנען די שאַרפֿע יסורים אין גאַנצן איבערגעגאַנגען. איך האָב נאָר געפֿילט אַ שװאַכקײט, נאָר איצט האָב איך שױן שטאָלצירט מיט מײַן שװאַכקײט, און װען עמעצער פֿון די חלושים איז אַרױס פֿון קלױז און געזעצט זיך לעבן מיר אױף אַ שטײן, איז צו מײַן גדולה ניט געװען קײן שיעור. און אַז מען זאָל חס־ושלום קײן טעות ניט האָבן און אַלע זאָלן װיסן אַז איך פֿאַסט, האָב איך קאָפּירט אַבֿרהם־איטשע דעם בעל־אַכסניא, װאָס איז געװען אײנער פֿון די שענסטע בעלי־בתּים, און האָב אַזױ געלאָזט מײַן קאָפּ אַרונטערהענגען אָן אַ זײַט װי ער, און נאָכגעמאַכט פּינקטלעך זײַנע שװאַכע טריט און האָב זיך אַפֿילו אױסגעגלײַכט װי ער, װען איך בין אַרײַן צוריק אין קלױז און צוגעגאַנגען צו מײַן שטאָט.
און װען עס איז געקומען צו נעילה, בין איך אױף די פֿיס געשטאַנען אַזױ װי מײַן שװאַכקײט װאָלט אין גאַנצן פֿאַרשװוּנדן און געזאָגט די תּפֿילות מיטן גאַנצן פֿײַער, װאָס עס האָט געפֿאָדערט.
דורכן לאַנגן מוסף בין איך עטלעכע מאָל בײז געװען אױפֿן טאַטן, פֿאַרװאָס ער האָט זיך ניט װיסנדיק געמאַכט װעגן מײַן תּענית און ניט געװענדט זיך צו מיר מיטן האַרבן װאָרט, אַז איך זאָל זיך אַריבערכאַפּן אַהײם און אַ ביס טאָן. און איך האָב מיט זיך גערעדט, אַז די מאַמע װאָלט ניט אַזױ געװען. זי װאָלט מיך ניט געלאָזט ליגן אַ פֿאַרחלשטער. נאָר װען איך האָב תּיכּף נאָך מעריבֿ אַרױסגענומען פֿון קעסטל זאַמד דאָס פֿאַרבליבענע שטיקל יום־כּיפּור־ליכט, האָט דער טאַטע מיט פֿרײד אין די אױגן און אַ שׂימחה אין קול אַ זאָג געטאָגן: „נו, איצט לױף אַהײם און כאַפּ עפּעס אין מױל.‟
„נײן, איך װעל מיט דיר מחדש זײַן די לבֿנה‟, האָב איך געענטפֿערט בריהשדיק.
און קײן העלד האָט זיך פֿון זײַנע גרעסטע זיגן ניט צוריקגעקערט אַהײם מיט אַזאַ טריומף, װי איך, װען איך בין מוצאי־יום־כּיפּור געקומען פֿון שול אַהײם. פֿון דער הבֿדלה האָב איך געקראָגן מער פֿון די אַנדערע. די מאַמע האָט מיר דערלאַנגט אַ קענדל װאַסער צום װאַשן זיך צום עסן, און װען מיר האָבן זיך געזעצט צום טיש, האָב איך נאָך בדעה געהאַט צו עסן מיט יענער רויִקײט און אײַנגעהאַלטנקײט, װי דער טאַטע, נאָר אַז איך האָב אַרײַנגענומען דעם ערשטן ביסן, האָבן מיר אַזש אָנגעהױבן צו טרײסלען די צײן פֿון הונגער, און איך האָב זיך צוגעכאַפּט מיט אַזאַ זשעדנעקײט צום קאַלטן מיטיק, אַז די מאַמע האָט שױן געפֿונען פֿאַר נײטיק צו װאָרענען מיך:
„עס ניט צו פֿיל, איך האָב מורא עס זאָל דיר ניט שאַטן.‟
נאָר דערפֿאַר, װען איך בין זאַט געװאָרן, האָב איך צוריק אָנגענומען אַ סטאַלנע מינע און גערעדט װי אַ סטלאַנער מענטש װעגן די חלושים, פֿאַר װעמען דער תּענית איז געװען זײער אַ שװערער און אַרױסגעזאָגט מײַן מײנונג אַזױ װי איך װאָלט שױן געװען אַ באַיאָרנטער ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.