ר‘לוי באַרדישטעווער איז געקומען אין שיל צו כּל־נדרי און געזען, אַז אַלע מתפּללים זענען דורכגענומען אין אימה און טרויער, שטייען געבויגן און צעבראָכענע, האָט ער זיך צו זיי אָפּגערופֿן:
„וואָס שרעקט איר זיך, בײַ אַ גזלן אין די הענט שטייט איר אײַן?‟
מען דערציילט, אַז ר‘לוי יצחק באַרדיטשעווער איז איין מאָל יום־כּיפּור, וואָס איז אויסגעפֿאַלן שבת, אַרומגעגאַנגען אין שיל צערודערט. פּלוצעם האָט ער אויפֿגעהויבן זײַנע הענט צום הימל און האָט אויסגעשריִען:
„הערסט רבונו־של־עולם? דו וועסט מוזן חתמענען אַ גוט יאָר פֿאַר די ייִדן, אַז ניט וועל איך אויף דיר אויסזאָגן!‟
דער עולם האָט זיך שטאַרק געחידושט, וואָס דער צדיק זאָל האָבן געמיינט מיט די ווערטער. שפּעטער זענען אַ פּאָר נאָענטע חסידים צו אים צוגעשטאַנען, ער זאָל זיי דערקלערן, וואָס ער האָט געמיינט מיטן „אויסזאָגן‟.
„ס‘איז גאָר פּשוט,‟ האָט דער באַרדיטשעווער געענטפֿערט, „אַזוי ווי ס‘איז דאָך שבת, איז ווען דער אייבערשטער זאָל אָנחתמענען אַ גוט יאָר, וואָלט דאָס געווען רעכט, ווײַל פּקוח־נפֿש איז דוחה שבת. טאָמער, אָבער, חתמעט ער אָן, חלילה, שלעכטס, וואָלט איך אויף אים אויסגעזאָגט, אַז ער, כּבֿיכול, האָט מחלל שבת געווען.‟
צום ריזשנער צדיק ר‘ ישׂראלעניו פֿלעגן פֿאָרן חסידים פֿון דער גאַנצער וועלט. דערציילט מען, אַז איין מאָל איז צו אים געקומען אַ חסיד און האָט זיך באַקלאָגט, אַז זײַנע צרות און יסורים זענען גרעסער ווי בײַ אַלע אַנדערע חסידים, וואָס געפֿינען זיך אין רבינס הויף.
האָט אים דער ריזשינער אַזוי געענטפֿערט:
„גלייב מיר, אַז ווען יעדער ייִד וואָלט אויפֿגעהאָנגען זײַן פּעקל צרות אויף דער וואַנט, וואָלסטו געזען ווי יעדער ייִד וואָלט צוריק אַראָפּגעכאַפּט זײַן אייגן בינטל צרות איידער אַן אַנדערנס.‟
קאַרלינער חסידים פֿלעגן דאַוונען מיט התלהבֿות און מיט געשרייען.
„צוליב וואָס שרײַט איר אַזוי?‟, האָט מען זיי געפֿרעגט.
„אַז ס‘ברענט‟, האָבן זיי געענטפֿערט, האַלטנדיק די הענט אויפֿן האַרץ, „שרײַט מען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.