גאָט איז אַן עדות, אַז דאָס איז געשען אָן אַ כּװנה פֿון מײַן זײַט, נאָר ס’רובֿ פֿון מײַנע נאָענטע פֿרײַנד זײַנען געװען דאָקטױרים. און טאַקע ניט װײַל כ’האָב זיך גענײטיקט אין זײער פּראָפֿעסיאָנעלער הילף; זיי זײַנען דערצו נאָך געװען זײער גוטע דערצײלער, און איך, פֿון מײַן זײַט, — אַ געדולדיקער צוהערער. עס איז זײער שװער דורכקאָנטראָלירן, וואָסער מעשׂה זייערע האָט געהאַט אַ רעאַלן באָדן, און װעלכע איז געװען אַ פּרי פֿון אַ רײַכער פֿאַנטאַזיע. אײן זאַך, אָבער, איז מיר קלאָר, אַז סײַ די רעאַלע און סײַ די אױסגעטראַכטע דאָקטױרים־געשיכטעס געהערן צו דעם אומשטערבלעכן פֿאָלקלאָריסטישן שטאַם.
■ מײַן װײַטע קרובֿה פּעסיע פֿײגיס איז לאַנגע פֿערציק יאָר געװען אַ באַהעלפֿערין בײַ דעם זײער באַרימטן אױגן־דאָקטער לאַסלאָ אַצעל. דער דאָזיקער דאָקטער אַצעל איז געװען אַן אונגערישער מלחמה־געפֿאַנגענער, און נאָכן אָפּזיצן אַ פּאָר יאָר אין לאַגער איז ער געבליבן לעבן אין בעסאַראַביע, אינעם שטעטל סאָראָקע. ער איז געװען אַ כמורנער און אַ שטרענגער מענטש, אָן װײַב־און־קינד, קײנער האָט אים קײן מאָל ניט געהערט לאַכן אָדער סתּם רעדן װעגן לעבנס־זאַכן. צו װערן זײַן פּאַציענט, האָט געהײסן צו קריגן נײַע אױגן, און זײַן אַרבעטס־גראַפֿיק איז געװען באַשטימט אױף יאָרן פֿאָרױס. אָבער ווי אַלע מענטשן, איז אויך דער דאָקטער אַצעל אַלט געװאָרן און ס’איז געקומען די צײַט אים צו פּענסיאָנירן. אין סאָראָקע האָט דעמאָלט געװױנט דער גרױסער ציגײַנערישער באַראָן און אױך ער איז געקומען צו דער געזעגענונג־צערעמאָניע לכּבֿוד דעם דאָקטער אַצעל. אַלע האָבן געלױבט דעם פֿרישן פּענסיאָנער, פֿון אַלע זײַטן האָבן זיך געגאָסן שבֿחים, מע האָט אים באַװאָרפֿן מיט בלומען און טײַערע מתּנות. צום סוף פֿונעם אָװנט גײט צום מיקראָפֿאָן צו דער ציגײַנערישער באַראָן, װעלכן דער דאָקטער אַצעל האָט אַ מאָל געראַטעװעט די ראיה, און דער באַראָן דערלאַנגט דעם אײַנגעהױקערטן בעל־שׂימחה אַ מתּנה — אַ קרישטאָלענעם קוב מיט עפּעס אַ פֿליסיקײט; און אין דער פֿליסיקײט, ס’הײסט אינעװייניק, שװימט אַ גאָלדן אױג, באַזעצט מיט דימענטן. דער דאָקטער אַצעל האָט גענומען די מתּנה און אַ בורטשע געטאָן אין מיקראָפֿאָן אַרײַן: „גאָט צו דאַנקען, אַז איך בין ניט קײן פֿרױען־דאָקטער.‟
■ מײַן גוטער פֿרײַנד און טאַקע יאָ אַ פֿרױען־דאָקטער, אַרעלע ברױטמאַן, האָט אַ מאָל דערצײלט אַ שײן חכמהלע װעגן דעם מעדיצינישן באַגריף „סטרעס‟. אָט, שטעלט אײַך פֿאָר:
שפּעט אין אָװנט, נאָך אַ שװערן אַרבעטסטאָג פֿאָרט איר אַהײם. אין מיטן װעג פֿאָרט איר כּמעט איבער אַ יונגע פֿרױ, װעלכע איז פּלוצעם אַרױסגעלאָפֿן אױפֿן שאָסײ. איר פֿירט זי אָפּ אין שפּיטאָל. דאָס הייסט, „אַ סטרעס‟. אינעם שפּיטאָל װערט קלאָר, אַז די יונגע פֿרױ איז טראָגעדיק און דער דעזשור־דאָקטער גיט אײַך אָפּ אַ „מזל־טובֿ‟, װײַל די יונגע פֿרױ האָט געזאָגט, אַז איר זענט דער פֿאָטער פֿונעם קינד. דאָס מיינט, „אַ גרױסער סטרעס‟. איר פֿאָדערט מע זאָל אײַך מאַכן אַ מאָמענטאַלן די־ען־אײ־אַנאַליז. דער רעזולטאַט באַװײַזט, אַז איר קענט בכלל נישט זײַן דער פֿאָטער פֿון אַ קינד, װײַל איר זענט גענעטיש אומפֿרוכפּערדיק. דאָס איז „אַ סטרעס‟, אָבער אַ שטײן פֿאַלט אײַך אַראָפּ פֿון האַרצן, װײַל ניט איר זענט דער פֿאָטער פֿון אַ „פֿרעמד‟ קינד. איר פֿאָרט װײַטער אַהײם. אויפֿן װעג דערמאָנט איר זיך, אַז אין דער הײם װאַרט אױף אײַך די געטרײַע פֿרױ אײַערע מיט דרײַ קינדער. אָט דאָס איז „אַן אמתער סטרעס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.