אַ מאַן איז געגאַנגען דורך אַ וואַלד מיט אַ זאַק אויף די פּלייצעס. זעט ער אויפֿן וועג אַ בער. זײַן קאָפּ איז געווען אײַנגעקלעמט אין אַ שפּאַלט פֿון אַ בוים. דער בער האָט פּרובירט דאָרט נאַשן האָניק אין אַ נעסט פֿון בינען, האָט ער אַרײַנגעשטופּט זײַן קאָפּ צו ווײַט אין שפּאַלט. בעט זיך דער בער: „מענטשעלע ליבער, העלף מיר אַרויסשלעפּן מײַן קאָפּ פֿון דעם שפּאַלט. איך וועל דיר די טובֿה נישט פֿאַרגעסן.‟
לייגט דער מאַן אַנידער דעם זאַק און העלפֿט דעם בער אַרויסשלעפּן זײַן קאָפּ. ווי נאָר דער בער האָט געזען, אַז ער איז צוריק אַ פֿרײַער, זאָגט ער צום מאַן: „איך מוז אײַך אויפֿעסן; איך בין הונגעריק‟.
דער מאַן נעמט זיך בעטן בײַ אים: „בערעניו־בער, סטײַטש, איך האָב דיר געטאָן אַזאַ טובֿה און האָב אַרויסגעשלעפּט דײַן קאָפּ פֿון קלעם, און איצט ווילסטו מיר אָפּצאָלן אַ רעה פֿאַר אַ טובֿה!?‟
דערווײַל קומט אָן אַ פֿוקס און הערט ווי דער מענטש בעט זיך, אַז דער בער זאָל רחמנות האָבן. זאָגט דער מאַן: „ווייסטו בער, לאָמיר פֿרעגן דעם פֿוקס, צי ס׳איז רעכט אַזוי צו טאָן?‟ און ער דערציילט דעם פֿוקס די גאַנצע מעשׂה און בעט אים, אַז ער זאָל מישפּטן. זאָגט דער פֿוקס, אַז עס גלייבט זיך עפּעס נישט, אַז דער בער זאָל קענען אַרײַנשטופּן דעם קאָפּ אין אַזאַ שפּאַלט פֿון בוים.
„איך וויל אַליין זען, ווי אַזוי דער בער איז געווען פֿאַרקלעמט מיט זײַן קאָפּ אינעם שפּאַלט‟, זאָגט דער פֿוקס, און דער בער ווײַזט אים. „אָט אַזוי‟ שרײַט ער, „איז מײַן קאָפּ געווען פֿאַרקלעמט‟. אַז דער פֿוקס זעט, ווי דער בער ליגט שוין מיט זײַן קאָפּ פֿאַרקלעמט אין שפּאַלט, גיט ער אַ וווּנק צום מאַן און זאָגט: „קום, לאָז אים דאָרט‟.
דער מאַן און דער פֿוקס האָבן איבערגעלאָזט דעם בער און זיי זענען ביידע אַוועק פֿון דאָרטן. אויפֿן וועג זאָגט דער מאַן צום פֿוקס, „איך מוז דיך הרגענען און אָפּשינדן פֿון דיר דײַן פֿעל, און זי פֿאַרקויפֿן, וואָרן איך האָב אַ ווײַב מיט קינדער, און איך מוז האָבן געלט, זיי צו דערנערן.‟
בעט זיך בײַ אים דער פֿוקס און טענהט: „מענטשעלע ליבער, סטײַטש? האָב רחמנות. איך האָב דיר געראַטעוועט דײַן לעבן פֿון דעם בער, און איצט ווילסטו מיר באַצאָלן אַ רעה פֿאַר אַ טובֿה?‟
ווי דער פֿוקס בעט זיך אַזוי, דערזעט ער אין אַ זײַט געדיכטע קוסטעס, גיט ער אַ שפּרונג און וויל זיך ראַטעווען דאָרט. נאָר ער האָט זיך פֿאַרטשעפּעט מיט זײַן גרויסן עק אין אַ קוסט, און האָט נישט געקענט אַנטלויפֿן. זאָגט ער צו זײַן עק: „עקעלע עק, דיר האָב איך נישט געטאָן קיין טובֿה, וואָס האַלטסטו מיך צו?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.