אַ מלמד איז אין דער הײם געשװאָלן געװאָרן פֿאַר הונגער. לאָזט ער זיך אין דער װעלט אַרײַן זוכן אַ קנעלונג. אַװעק אַ ביסל צײַט, קלײַבט ער זיך שרײַבן אַ בריװ אַהײם. איז ער זיך אָבער מישבֿ, אַז אָן געלט איז קײן יום־טובֿ ניט. ווען ער האָט פֿאַרדינט עטלעכע רובל, איז ביז װאַנען ער האָט זיך צוגעקליבן שרײַבן אַהײם פֿלעגט דאָס געלט אַװעק.
אַ חודש נאָך אַ חודש, אַ יאָר נאָך אַ יאָר. אָט אַזױ איז דורכגעגאַנגען 7 יאָר. צום סוף האָט אים אָפּגעגליקט: דער אײבערשטער האָט אים צוגעשיקט פּרנסה דרײַ טױזנט רובל. מיט אַזױ פֿיל געלט, לאָזט ער זיך גלײַך אַהײם. דעם װײַב האָט ער וועגן דעם ניט געשריבן.
אױפֿן װעג פֿאַרפֿאָרט ער אין ניזשני אױפֿן יריד. געלט אונטערן בוזעם איז דאָ; הצלחה — אױך. גײט ער אַװעק אָנקוקן סחורה. ער זעט קראָמען, טישלעך, בענקלעך — אָנגעלײגט מיט אַל דאָס גוטס, און אין סאַמע מיטן מאַרק — אַ גרױסע קראָם, אַ לײדיקע, מיט לײדיקע פּאָליצעס און בײַם טיש זיצט אַן אַלטער ייִד מיט אַ װײַסער באָרד. יעדן טאָג גײט ער פֿאַרבײַ דער קראָם און זעט דעם זעלביקן ייִדן אין דער קראָם אָן סחורה.
גײט ער אַרײַן און פֿרעגט: רב ייִד, װוּ איז אײַער סחורה? „מײַן סחורה?‟ ענטפֿערט דער ייִד, „האַלט איך אין בוזעם.‟
מײנט דער מלמד, אַז ער װעט אים געװיס באַװײַזן בריליאַנטן, פּערל, דימענטן. פֿרעגט ער דעם ייִדן: „װוּ איז פֿאָרט אײַער סחורה?‟ ענטפֿערט דער ייִד: „איך האַנדל מיט חכמות.‟ פֿרעגט ער: „װי טײַער אַ חכמה?‟ „אײן טױזנטער‟, זאָגט דער ייִד.
די מעשׂה איז דעם מלמד שטאַרק געפֿעלן, און געלט איז דאָ, און געשעפֿט האָט ער דאָך געזוכט, „נעמט ער אַרױס אַ טױזנטער און לײגט אַװעק אױפֿן טיש.‟ זאָגט דער ייִד:
„אַז דו װעסט זען אַ גלײַכן װעג, קױטיק און שװער, און דערבײַ אַ געקרימטן װעג דורכן װאַלד, אַ טרוקענעם, זאָלסטו בעסער נעמען דעם קױטיקן, נאָר דעם גלײַכן װעג.‟
„דאָס איז גאָר די חכמה?‟, פֿרעגט דער מלמד. „װאָס װעסטו נאָך זאָגן?‟
„נאָך אַ חכמה,‟ — זאָגט דער ייִד, — „איז נאָך אַ טױזנטער.‟
לײגט אַװעק דער מלמד נאָך אַ טױזנטער. זאָגט דער ייִד:
„זאָלסט זיך אָפּשטעלן אין אַ קרעטשמע, װוּ דער קרעטשמער מיט דער קרעטשמערקע זענען אַ גלײַכע פּאָר.‟
האָט אים, דעם מלמד, שטאַרק פֿאַרדראָסן די צװײ טױזנט רובל. נאָר מיט אַ ביטער האַרץ האָט ער שױן אַרױסגענומען דעם דריטן טױזנטער און געבעטן נאָך אַ חכמה.
„אַז דו װעסט האָבן אַ כּעס‟ — זאָגט דער ייִד, — „זאָלסטו אים אָפּלײגן אױף מאָרגן.‟
קײן געלט בײַם מלמד איז שױן מער ניט געװען, איז ער אַװעק צו פֿוס. גלײַך מיט אים איז געפֿאָרן אַ שערענגע פֿורן מיט גױים. פֿאָרנדיק, איז אים אױסגעקומען אױסצופּרוּװן און זען דעם באַשײַמפּערלעכן אמת, װאָס האָט געשטעקט אין אַלע דרײַ חכמות. אַזױ, צום בײַשפּיל, איז ער געקראָכן ביז די קני אין װאַסער, גײענדיק מיטן גלײַכן װעג. די גױים אָבער זענען אַװעק מיט אַ קרומען, טרוקענעם װעג. זענען אױף די גױים אָנגעפֿאַלן גזלנים און האָבן זײ געהרגעט, און ער איז געבליבן לעבן.
אין אַ קרעטשמע איז ער אַרײַנגעפֿאָרן, איז דאָרט ניט געװען קײן גלײַכע פּאָר: דער קרעטשמער — אַן אַלטער מאַן — די קרעטשמערקע, אַ יונג װײַבל, אַ פּאַרשױן. האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אַנטקעגן, װוּ דאָס פּאָרפֿאָלק איז געװען אַ גלײַכע. דאָ האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו באַמערקן, װי בײַ נאַכט איז אַרײַנגעקראָכן דורכן פֿענצטער אין קרעטשמע אַ יונג גלחל, און האָט געהרגעט דעם קרעטשמער. אין אַ צײַט אַרום איז דער גלחל אַרױסגעשפּרונגען צוריק דורכן זעלבן פֿענצטער. דאָ איז ער אונטערגעשפּרונגען, ניט באַמערקט, מיט אַ העקעלע און אָפּגעהאַקט בײַם גלחל 4 פֿינגער. אױף מאָרגן — אַ גערודער. אָנגעקומען פּאָליצײ. מ’האָט פֿאַרנומען 5 פּריצים, װאָס האָבן אין קרעטשמע גענעכטיקט. די פּריצים זענען געװען אין געפֿאַר צו גײן אױף קאַטאָרגע. דער מלמד װאָס װײסט דעם סוד, ראַטעװעט זײ אָבער אַלעמען, און װײַזט אָן אױף דעם אמתן שולדיקן, דעם גלחל. דערפֿאַר באַקומט ער פֿון יעדן פּריץ צו טױזנט רובל. די חכמות האָבן אים ניט בלױז קלוג, נאָר אױך רײַך געמאַכט. ענדלעך, דאַרף זיך נאָך אױפֿװײַזן די ריכטיקײט פֿון דער דריטער חכמה.
געקומען איז דער מלמד אַהײם, אין זײַן שטעטל. פֿרעגט ער נאָך אױף זײַן װײַב, צי װײסט מען ניט, װוּ עס געפֿינט זיך די און די. זאָגט מען אים: אָט דאָ ניט װײַט האַלט זי אַ קרעטשמע. איר מאַן האָט זי אַװעקגעװאָרפֿן. שױן 17 יאָר, אַז זי איז אַן עגונה. קומט ער אין קרעטשמע און לאָזט זיך ניט דערקענען. זעט ער אַמאָל בײַ נאַכט, װי אַ בחור איז געקומען, זעצט זיך בײַ דער בעל־הביתטע אױפֿן בעט און פֿאַרברענגט מיט איר. װערט ער אַ צעקאָכטער: װיל אַרױסכאַפּן אַ פּיסטאָלעט און בײדן שיסן. דערמאָנט ער זיך אָן דער דריטער עצה — אָפּצולײגן דעם כּעס אױף מאָרגן. אױף מאָרגן פֿרי קומט ער צו דער קרעטשמערקע, צו זײַן װײַב, הײסט דאָס, װאָס האָט אים ניט דערקענט, און זאָגט: „צי מיר האָט זיך געחלומט, צי עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז אום האַלבע נאַכט איז צו אײַך אַרײַן אַ בחור, האָט זיך געזעצט בײַ אײַך אױפֿן בעט און איר האָט אים אַזױ ליבלעך פֿאַרבראַכט… װי קומט זשע דאָס צו אַ כּשרער ייִדישער טאָכטער…‟
דאָ האָט אים די ייִדענע דערצײלט, אַז דער יונגער־מאַן איז איר זון, װאָס איז געבױרן געװאָרן מיט 17 יאָר צוריק: אַז איר מאַן האָט זי אַװעקגעװאָרפֿן: אַז דער זון איז אַ װױל־לערנער: זיצט אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט אין בית־המדרש. נאָר אום האַלבע נאַכט קומט ער צו איר פֿאַרברענגען אַ ביסל.
דאָ האָט זיך דער מלמד געלאָזט צו דערקענען. אין שטוב איז געװאָרן שׂימחה־ושׂשׂון, און אַלע האָבן באַשײַמפּערלעך געזען, װי ריכטיק עס איז דער מאמר פֿון חכם: „כּי־טובֿ סחורה מסחר־כּסף” — ס’הײסט, אַז חכמה איז די בעסטע פֿון אַלע סחורות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.