די באַקאַנטע האָליוווּדער אַקטריסע, עליזאַבעט טיילאָר, האָט געהאַט אַן אינטערעסאַנטע ייִדישע געשיכטע. נישט אַלע ווייסן, אַז זי האָט שטאַרק ליב געהאַט דאָס ייִדישע פֿאָלק און מדינת־ישׂראל.
געבױרן איז עליזאַבעט־ראָוזמאָנד טײלאָר אין לאָנדאָן, אין יאָר 1932, אין אַ משפּחה פֿון אַמעריקאַנער אַקטיאָרן, און איז דערצױגן געװאָרן אין אַ טראַדיציאָנעלן „קריסטלעכן גײַסט‟. אין 1959 האָט עליזאַבעט טײלאָר זיך מגייר געװען און גענומען דעם ייִדישן נאָמען אלישבֿע־רחל. װאָס איז געווען די סיבה צו אַזאַ גורלדיקן טראָט, איז הײַנט שױן שװער צו װיסן. אײניקע האַלטן, אַז זי האָט עס געטאָן צוליב דער גרױסער ליבע צו אירע ייִדישע מענער; די אַנדערע מײנען, אַז דאָס איז געשען בעת איר אַרבעט איבער דער ראָלע פֿון אַ ייִדיש מײדל אינעם פֿילם „אײַװענהאָ‟, לױט װאַלטער סקאָטס אַװאַנטוריסטישן ראָמאַן. אַזױ צי אַנדערש, נאָר עליזאַבעט־ראָוזמאָנד איז געװאָרן אלישבֿע־רחל, און איר נײַע, ייִדישע נשמה איז געװאָרן אַ װעגװײַזער ביזן לעצטן טאָג פֿון איר לעבן. די איצטיקע באַרימטע האָליװוּדער שמדניקעס, געװעזענע ייִדן, האָבן ניט ליב צו רעדן װעגן עליזאַבעט־ראָוזמאָנדס טאַט און װעגן אלישבֿע־רחלס מסירת־נפֿשדיקער ליבע צום ייִדישן פֿאָלק בכלל און צו מדינת־ישׂראל בפֿרט. זי האָט ניט נאָר שײן גערעדט, זי האָט שײן געטאָן.
אין יאָר 1959 האָט זי געקױפֿט ישׂראלדיקע מלוכה־אָבליגאַציעס אױף הונדערט טױזנט דאָלאַרן. אַ געװיסע צאָל אַראַבישע לענדער האָבן גלײַך פֿאַרבאָטן צו ווײַזן בײַ זיך אין לאַנד יענע פֿילמען, אין װעלכע זי האָט געשפּילט. די ליגע פֿון די אַראַבישע לענדער האָט זי אַרײַנגעשריבן אין דער אַזױ גערופֿענע „שװאַרצער ליסטע‟; נאָר אין יאָר 1962 האָט עגיפּטן זי אױסגעמעקט פֿון דער דאָזיקער „ליסטע‟ און דערלױבט צו ווײַזן דעם פֿילם „קלעאָפּאַטרע‟, אין װעלכן טײלאָר האָט געשפּילט די הױפּט־ראָלע, װײַל דער פֿילם „דערהייבט דעם פּרעסטיזש פֿון עגיפּטן אין די אױגן פֿון דער גאַנצער װעלט‟.
אין 1967, גלײַך נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָט עליזאַבעט טיילאָר אָרגאַניזירט אַ צדקה־קאָנצערט אין לאָנדאָן און איבערגעפֿירט קײן ישׂראל 840 טויזנט דאָלאַר. אין צװײ װאָכן אַרום האָבן טיילאָר און טאָני קערטיס זיך אָפּגעזאָגט פֿון אָנטײלצונעמען אינעם מאָסקװער אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיװאַל, װי אַ פּראָטעסט קעגן דער סאָװעטישער פֿײַנטלעכער באַציִונג צו ישׂראל.
אין 1975 איז עליזאַבעט טיילאָר געװען אײנע פֿון די זעכציק פֿרױען, װאָס האָבן אונטערגעשריבן אַ בריװ, אין װעלכן זײ האָבן פֿאַראורטײלט די „ראַסיסטישע רעזאָלוציע פֿון דער ׳יו־ען׳ קעגן ציוניזם און מדינת־ישׂראל‟.
מיט אַ יאָר שפּעטער, װען די פּאַלעסטינער טעראָריסטן האָבן פֿאַרכאַפּט דעם עראָפּלאַן תּל־אָבֿיבֿ — פּאַריז, האָט עליזאַבעט טײלאָר פֿאָרגעלײגט די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, זײ זאָלן באַפֿרײַען אַלע ייִדן און זי נעמען פֿאַר אַן ערבֿניצע. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט איבערצײַגט טיילאָר דאָס ניט טאָן, װײַל די באַפֿרײַונג־אָפּעראַציע „ענטעבע‟ איז שױן געװען אין פֿולן גאַנג.
אין יאָר 1987 האָט טײלאָר אונטערגעשריבן אַ בריװ צו גאָרבאַטשאָװן מיט אַ פֿאָדערונג אַרױסצולאָזן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד די ייִדן־„רעפֿיוזניקעס‟.
עליזאַבעט־ראָוזמאָנד טײלאָר (אלישבֿע־רחל טײלאָר) איז געבראַכט געװאָרן צו קבֿר־ישׂראל אין יאָר 2011.
יאָ, מע קען דערצײלן טױזנט און אײן געשיכטע װעגן טײלאָרס ליבע־אַװאַנטורעס, װעגן אירע אַכט מענער, אָבער בײַ אונדז ייִדן זאָגן מען: „װעגן בעט־סודות רעדט מען נישט‟. און הלװאַי װאָלטן די ייִדן אַזױ ליב געהאַט אײנער דעם צװײטן, װי ס‘האָט זײ ליב געהאַט אַ פֿרױ פֿון פֿרױען, די באַרימטע האָליוווּדער „סטאַר‟ עליזאַבעט טײלאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.