■ טשאַרלז דיקענס פֿלעגט שלאָפֿן מיטן קאָפּ אױף צפֿון. ער האָט געהאַלטן, אַז דאָס אינספּירירט זײַן שאַפֿערישע פֿאַנטאַזיע.
■ יוליוס צעזאַר האָט געטראָגן אַ לױבערקראַנץ, כּדי צודעקן זײַן „יונגן‟ פּליך.
■ דזשאָן ראָקפֿערפֿעלער האָט אין משך פֿון זײַן לעבן מנדבֿ געװען מער װי פֿינף הונדערט מיליאָן דאָלאַר.
■ מאַריאַ סקלאַדאָװסקאַ־קיורי איז צװײ מאָל זוכה געװען צום נאָבעל־פּרײַז, נאָר מע האָט איר אָפּגעזאָגט צו װערן אַ מיטגליד פֿון דער פֿראַצײזישער אַקאַדעמיע, װײַל זי איז אַ פֿרױ.
■ די איטאַליענישע נאַציאָנאַלע פֿאָן האָט צוגעטראַכט, אָנגעמאָלט און געשאַפֿן נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרט.
■ דער פֿראַנצײזישער קעניג קאַרל דער דריטער, אָדער קאַרל דער טיפּשעװאַטער איז געװען אַן אײניקל פֿון אַן אַנדערן פֿראַנצײזישן קעניג — קאַרל דער פּאַרכעװאַטער.
■ די ענגלישע קעניגין ען, 1665 — 1714, האָט איבערגעלעבט אַלע אירע זיבעצן קינדער.
■ ליידי אַסטאָר האָט אַ מאָל אַ זאָג געטאָן צו סיר װינסטאָן טשערטשילן: „װען איר װאָלט געװען מײַן מאַן, װאָלט איך אײַך אָנגעשאָטן אַ ביסל סם אין קאַװע‟. און יענער האָט געענטפֿערט: „װען איר װאָלט געװען מײַן פֿרױ, װאָלט דער טױט געװען פֿאַר מיר די אײנציקע ישועה‟.
■ סער װינסטאָן טשערטשיל האָט געהאַט אַ שאַרפֿע צונג. אים געהערט דער מעטאַפֿאָרישער אַפֿאָריזם װעגן מענטשן: „איך פּערזענלעך האָב ליב חזירים. די הינט קוקן אױף אונדז פֿון אונטן. די קעץ קוקן אױף אונדז פֿון אױבן. נאָר אַ חזיר באַציט זיך צו אונדז װי צו זײַנס אַ גלײַכן‟.
■ די רוסישע קייסערינע עקאַטערינע די ערשטע האָט אַרױסגעגעבן אַ געזעץ, וווּ זי פֿאַרווערט אירע געסט אָנצושיכּורן זיך ביז נײַן אַ זײגער אין אָװנט.
■ די ענגלישע קעניגין עליזאַבעט די ערשטע האָט פֿאַרווערט די אָרעמע־לײַט צו טראָגן אַ היטל זונטיק.
■ זשאַן־פּאָל געטי, אײנער פֿון די רײַכסטע מענטשן אױף דער װעלט, האָט אין זײַן הױז ניט געהאַט קײן טעלעפֿאָן. אין זײַן נחלה האָט ער געשטעלט אַ בודע מיט אַ געװײנטלעכן טעלעפֿאָן־אַפּאַראַט.
■ בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט די דײַטשע פּרעסע אַ לענגערע צײַט פּובליקירט אַ פֿאָטאָ פֿון אַ װערמאַכט־אָפֿיציר אין אַ שוץ־קאַסקע, — אַ בלאָנדער יונגער־מאַן מיט בלױע אױגן, — מיט אַן אונטערשריפֿט „אַן אידעאַלער דײַטשישער סאָלדאַט‟. דער דאָזיקער „רײנער אַריִער‟ איז געװען אַ „פֿאַרשטעלטער‟ פֿרומער ייִד, װערנער גאָלדבערג.
■ װאָלפֿגאַנג אַמאַדעוס מאָצאַרט האָט קײן מאָל ניט געלערנט זיך אין קײן שול.
■ ערנסט בעװין, דער בריטישער אַרבעטס־מיניסטער אין דער צײַט פֿונעם צװײטן װעלטקריג, האָט פֿאַרלאָזט די שול אין דער עלטער פֿון עלף יאָר און מער זיך ניט געלערנט.
■ די ענגלישע קעניגין װיקטאָריע האָט צו איר חתונה באַקומען אַ זעלטענע מתּנה — אַ רינג קעז, דרײַ מעטער אין דיאַמעטער און פֿינעף הונדערט קילאָ די װאָג.
■ װינסטאָן טשערטשיל: „אַ סך מענטשן פֿאַרטשעפּען זיך פֿאַרן אמת און פֿאַלן אום, נאָר די מערהײט פֿון זײ שטײען אױף און גײען װײַטער, פּונקט װי קײן זאַך איז ניט געשען‟.