נמרוד האָט געװאָלט װערן אַ גאָט. האָט ער שױן בײַ אַלעמען געפּועלט, נאָר אײן אַבֿרהם איז אים אין װעג געשטאַנען, האָט געבונטעװעט קעגן אים.
װאָס טוט מען מיט אים?
האָט אים נמרוד געכאַפּט און אין קאַלכאױװן געװאָרפֿן; אַרײַנגעװאָרפֿן אין פֿלאַקער און גײט אַװעק מיט שׂימחה. כאַפּט מען זיך: אַבֿרהם שפּאַצירט אַרום אין קאַלכאױװן, װי אין א װײַנגאָרטן. זאָל עס אים טשעפּען אַ האָר!
װײַטער שלעכט… װאָס טוט מען מיטן זשיד?… אַלע זענען מסכּים, אַז נמרוד איז אַ גאָט, נאָר ער, אַבֿרהם, לאָזט ניט. איז געבליבן מ’זאָל אים פֿאַרטרײַבן, װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט. האָט מען אים פֿאַריאָגט אַזש אין חרן.
געקומען אין חרן, האָט אַבֿרהם אױסגעבױט אַ שטיבל מיט פֿיר טירן פֿון אַלע זײַטן. איז געװאָרן אַ גרױסער מכניס־אורח. כּל־דיכפֿין ײתי וײכול: װער עס װיל — קום אַרײַן און עס!
נמרוד האָט דערהערט פֿון דער מעשׂה, האָט עס אים שטאַרק פֿאַרדראָסן. סטײַטש! ער האָט געמײנט: ער װעט אַבֿרהמען פֿאַרטרײַבן, װעט ער מסתּמא פֿאַרפֿאַלן װערן, און ווערן אַן אָרעם ייִדל. ערשט, איז ער אַ גבֿיר געוואָרן.
הײסט ער, נמרוד, שפּאַנען פֿערד. ער װיל זען, װאָס טוט זיך מיט אַבֿרהמען. צי ס‘איז אמת, װאָס מ’דערצײלט פֿון אים? אַרײַנגעפֿאָרן צו אַבֿרהמען אין הױף, האָט מען אים צוגענומען, װי אַ פֿײַנעם אורח: די פֿערד גלײַך געגעבן הײ און האָבער; אים אַלײן — עסן און טרינקען פֿון דאָס שענסטע און דאָס בעסטע.
געשטאַנען אַ פּאָר טעג. זעט ער: אַלץ, װאָס מ’האָט אים דערצײלט איז אמת. האָט אים דאָס האַרץ ניט געקענט פֿאַרטראָגן. װיל ער אַװעקפֿאָרן. גענומען שפּאַנען די פֿערד צוריק. קומט צו אים אַבֿרהמס גבאי און זאָגט: דער באַלעבאָס האָט אײַך גערופֿן באַחשבונען זיך. מײנט ער, נמרוד, אַבֿרהם האָט דאָך אױף אים אַ האַרץ, װיל ער דעריבער בײַ אים נעמען געלט. זאָגט ער: „זאָל ער זאָגן, װאָס אים קומט, װעל איך באַצאָלן. צו אים װעל איך ניט גײן, זײַן פּנים װיל איך ניט אָנקוקן‟…
גײט דער גבאי און גיט איבער אַבֿרהמען אָט די װערטער. ענטפֿערט אַבֿרהם: „זאָל ער קומען אַהער! איך האָב מיט אים אַ גרױסן חשבון”.
זאָגט נמרוד װײַטער מיט כּעס: „זאָל ער זאָגן, װאָס אים קומט, טױזנט קאַרבן איז טױזנט קאַרבן! אַבי זײַן צורה ניט קענען!‟ איז אַװעק דער גבאי און זאָגט דאָס אַבֿרהמען. נו, אַבֿרהם האָט דאָס דערהערט, האָט ער געהײסן פֿאַרשליסן דעם טױער: ער מוז קומען אַהער! זאָגט ער, דאָ איז ער קײן קיסר ניט.
נמרוד זעט: ער קען גאָר ניט אױספֿירן, מאַכט ער זיך אַ האַרץ און גײט צו אַבֿרהמען. אַבֿרהם שטעלט אים אַ שטול. נאָר ער װיל ניט זיצן, װיל גאָר ניט רעדן מיט אים. „זאָגט: װאָס ס’קומט אײַך‟, מאַכט ער בײז, „װעל איך באַצאָלן‟. ענטפֿער אַבֿרהם — „אױף אײן פֿוס, קען איך דיר ניט זאָגן. איך האָב מיט דיר אַ גרױסן חשבון‟.
דאָ גײט שױן נמרוד אַרױס פֿון געדולד. „װאָס פֿאַר אַ חשבונות האָסטו מיט מיר?‟, זאָגט ער, „איך בין דאָ אין גאַנצן צװײ טעג. זאָל זײַן טױזנט רובל! צאָל איך גלײַך און װיל קײן חשבונות ניט‟.
„צװײ טעג?‟ — פֿאַרװוּנדערט זיך אַבֿרהם, „האָסט אַ טעות! שױן פֿערציק יאָר, אַז דו האָסט מיך פֿאַרטריבן. די גאַנצע פֿערציק יאָר גיב איך אַלעמען עסן און טרינקען, װער עס פֿאָרט פֿאַרבײַ, און װער עס פֿאָרט אַװעק זאָגט מיר: ׳גאָט װעט אײַך באַצאָלן׳. הײַנט ביסטו געקומען. זאָגסטו, אַז דו ביסט גאָט. טו באַצאָלן, ברודער! פֿאַר אַלעמען, פֿאַר די גאַנצע פֿערציק יאָר!‟
שװער איז געװאָרן נמרודן אױפֿן האַרצן: װוּ ט’ער נעמען אַזױ פֿיל געלט?
הײבט ער אָן צו קראַצן די פּאָטילניצע: קען זיך קײן עצה ניט געפֿינען.
„װוּ זאָל איך דיר נעמען אַזױ פֿיל געלט?‟, מאַכט ער צו אַבֿרהמען, „איך האָב ניט.‟
„װאָס הײסט דו האָסט ניט?‟ זאָגט אַבֿרהם, „ביסטו אַ גאָט, מוזסטו אױפֿהאַלטן די װעלט. אַז ניט ביסטו קײן גאָט ניט! זאָלסט מיר געבן אַ כּתבֿ מיט אַ חתימה, אַז דו ביסט ׳אױס גאָט׳.‟
נמרוד האָט געזען, אַז ס’איז שלעכט, ער איז אַרײַנגעפֿאַלן, האָט ער געגעבן אַ כּתבֿ מיט אַ חתימה, אַז ער איז ניט קײן גאָט.
פֿון דעמאָלט אָן װײסט מען, אַז גאָט איז אױבן, און — אַבֿרהם האָט אױסגעפֿירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.