אין אַ שטעטל איז אַמאָל געקומען אַ גר, און האָט געבעטן נדבֿות. אַלע ייִדן האָבן אים שיין אויפֿגענומען און אים געגעבן געלט, וויפֿל עס איז אין אים אַרײַן. אַ קלייניקייט — אַ גר. האָט זיך געטראָפֿן, אַז איין ייִד האָט זיך דערוווּסט, אַז ער איז גאָר קיין גר ניט — אַ ייִד, ווי אַלע ייִדן. האָט מען אָנגעהויבן אין שטעטל צו גוואַלדיקן, מע זאָל אים מער קיין קאָפּיקע ניט געבן; אַ רמאַי, אַ ליגנער טאָר מען קיין נדבֿות ניט געבן. און מע האָט געזאָגט דעם ייִדן: „הערט זיך אײַן, רב ייִד, מיר ווייסן, אַז איר זענט קיין גר נישט, און אַז איר ווילט אונדז נאַרן. זאָלט איר וויסן זײַן, אַז מער וועט איר פֿון אונדז קיין קאָפּיקע ניט קריגן, און טראָגט זיך אַוועק פֿון וואַנען איר זענט געקומען, וואָרעם, אַז ניט, וועט איר קריגן ביטערע קלעפּ.‟ זאָגט זיי דער ייִד, „איך פֿאַרשטיי אײַך ניט. אַז מײַן טאַטע וואָלט געווען אַ גוי, וואָלט אײַך גוט געווען? וואָס אַרט אײַך, אַז מײַן טאַטע איז אויך געווען אַ ייִד?‟.
אַ ייִד איז אַמאָל געווען שולדיק אַן אַנדערן זיבעציק רובל. האָט מען זיך געקריגט און געריסן, און מען איז געגאַנגען צום רבֿ, זאָל געזונט זײַן, אויף אַ דין־תּורה. פֿרעגט דער רבֿ דעם ערשטן ייִד, וואָס און ווען און ווי אַזוי. ענטפֿערט ער, „רבי, איך פֿאַרשטיי ניט וואָס ער כּעסט זיך אַזוי אויף מיר! וואָס איז דער גוואַלד, וואָס? ער האָט מיר געבאָרגט הונדערט רובל; דרײַסיק גאַנצע רובל האָב איך אָפּגעצאָלט מזומן. זײַנע געבליבן נאָך אין גאַנצן זיבעציק רובל — איז מה רעש?‟
געווען אַ מאָל אַ קברן. און געהאַט האָט ער נאָך אַנאַנד צרות מיט מכּות. ער האָט זיך איין מאָל באַקלאָגט פֿאַרן ראָש־הקהל, אַז עס גייט אים זייער שלעכט. מאַכט דער ראָש־הקהל צו אים: „איך פֿאַרשטיי ניט, פֿאַר וואָס עס זאָל אײַך אַזוי שלעכט גיין? איר קריגט דאָך אַ פּאָר רובל יעדן חודש, און אַחוץ דעם, קריגט איר דאָך פֿאַר יעדער לוויה אויך עפּעס‟. ענפֿטערט דער קברן, „געזונט און שטאַרק זאָלט איר מיר זײַן! ווען די גאַנצע קהילה ייִדן זאָל אויסשטאַרבן, וועל איך דערפֿון אויך ניט קענען לעבן!‟