אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה וואָס ווילט זיך אין דעם גלייבן
אײנע פֿון די גרעסטע איבערלעבונגען פֿון מײַן קינדהײט איז געװען די אַנטפּלעקונג פֿון דער זאָאָלאָגיע־לערערקע, דהײַנו, — אױב אַ יאַשטשערקע פֿאַרלירט איר עק, װאַקסט בײַ איר אױס אַן אַנדערער עק. װוּנדער שבװוּנדער. בין איך געגאַנגען אױף דער לאָנקע הינטער דער באַן־סטאַנציע, געכאַפּט אַ גרינע יאַשטשערקע, אָפּגעשניטן איר דעם עק, אַרײַנגעלײגט די בידנע חיהלע אין אַ פּושקע און אָנגעהױבן צו װאַרטן אױף אַ נס. דער נס איז געשען איבער אַ טאָג — די יאַשטשערקע האָט געפּגרט. גלײַך דאָרטן, אױף דער לאָנקע האָב איך אױסגעגראָבן אַ גריבל, באַגראָבן דעם קרבן פֿונעם גרױסן „לעבנס־עקספּערימענט‟ אין דער ערד, און פֿון אױבן געשטעלט אַ צלמל פֿון צװײ צװײַגעלעך.
צו יענע װײטיקדיקע זכרונות האָט מיך געבראַכט אַ קלײנער אַרטיקל, אין װעלכן דר. פֿיל ראָזענשטערן, דער רעקטאָר פֿונעם „מאַסאַטשוסעטסער פּסיכאָלאָגיע־ און נעװראָפּאַטאָלאָגיע־אוניװערסיטעט‟ בעט מחילה בײַ די קרובֿים פֿון דר. דזשײמס ראָדזשער און שטרײַכט אונטער, אַז זײַן עקספּערימענט האָט געהאַט אַ גרױסע װערט פֿאַר דער װיסנשאַפֿט בכלל און פֿאַר די קראַנקע לײַט בפֿרט.
אין 1965סטן יאָר איז דר. דזשײמס ראָדזשערס געװען פֿאַראורטײלט צום טױט פֿאַר די „אוממענטשלעכע עקספּערימענטן און שאַרלאַטאַנסטװע‟. צװײ טעג פֿאַר דער עקזעקוציע אױפֿן עלעקטרישן שטול האָט ער זיך אָפּגעסמט מיט ציאַניד, װעלכן ס‘האָט אים געבראַכט אין זײַן קאַמער אײנער פֿון די געװעזענע פּאַציענטן.
די גאַנצע זאַך איז באַשטאַנען אין דעם, אַז דר. ראָדזשערס האָט אױסגעאַרבעט אַן אוניקאַלע מעטאָדע צו הײלן די שװערסטע פֿאָרמען פֿון דער פּאַראַנאָיע. קורץ גערעדט, ער פֿלעגט אױף אַזױ שטאַרק „פֿאַרערגערן‟ די קראַנקהײט, אַז איר נײַע סטאַדיע פֿלעגט „פֿאַרריכטן‟ די פֿריִערדיקע. צום בײַשפּיל, אַז עמעצער פֿלעגט טענהן, אַז װוּ ער גײט און װוּ ער שטײט, גײען אים נאָך מיליאָנען זשוקעס, פֿלעגט אים דר. ראָדזשערס באַרויִקן, אַז דאָס איז אַ רײנער אמת און אַ געװײנטלעכע זאַך — די גאַנצע װעלט איז פֿול מיט זשוקעס, נאָר ניט אַלע זעען דאָס; אױך די מלוכה װײסט װעגן דעם, נאָר האַלט דעם דאָזיקן פּרט בסוד, עס זאָל ניט אַרױסרופֿן קײן פּאַניק אין לאַנד. דער פּאַציענט פֿלעגט אַװעקגײן אַ רויִקער און געװען זיכער, אַז מיט אים איז אַלץ אין אָרדענונג, און אין גיכן פֿלעגט ער אױפֿהערן צו לייגן אַכט אױף די „זשוקעס‟.
אײנער פֿון דר. ראָדזשערס פּאַציענטן איז געװען אַהרן פּלאַטנאָװסקי, װעלכער האָט געליטן פֿון גאָר אַ שװערער גײַסט־קראַנקהײט און געהאַלטן, אַז ער איז אַ זשיראַף. קײן שום לאָגישע אַרגומענטן האָבן ניט געהאָלפֿן — פּלאַטנאָװסקי האָט אױפֿגעהערט צו רעדן, געגעסן נאָר גרינע בלעטלעך און ניט קאָנטאַקטירט מיט קײן מענטשן. דעמאָלט האָט דר. ראָדזשערס געבעטן אײנעם פֿון זײַנע פֿרײַנד, אַ ביאָלאָג אַ װיסנשאַפֿטלער, יענער זאָל אָנשרײַבן אַ קלײנעם „װיסנשאַפֿטלעכן‟ אַרטיקל, אַז „ניט לאַנג צוריק האָבן די װיסנשאַפֿטלער געמאַכט אַ װוּנדערלעכע אַנטדעקונג: אױף דער װעלט איז דאָ אַ מין זשיראַף, װעלכער איז אַזױ ענלעך צו די מענטשן, אַז ס’איז שװער אונטערשײדן, װער איז װער. עס זײַנען יאָ דאָ חילוקים — דאָס האַרץ איז אַ ביסל גרעסער, די מילץ איז אַ ביסל קלענער; אָבער דער אױסערלעכער אױסזען און אַפֿילו די האַלטונג איז די זעלבע. די װיסנשאַפֿטלער צעשפּרײטן ניט די „סענסאַציאָנעלע אַנטדעקונג‟, כּדי ניט אַרױסרופֿן קיין פּאַניק. און נאָך: „יעדער אײנער װאָס װעט איבערלײענען דעם דאָזיקן אַרטיקל, דאַרף אים באַלד פֿאַרברענען‟.
דער סוף פֿון דער מעשׂה איז געװען, אַז אַהרן פּלאַטנאָװסקי האָט זיך באַרויִקט, געװאָרן אַקטיװ אין סאָציאַלן לעבן, און צו דער צײַט פֿונעם מישפּט איבער דר. ראָדזשערסן געאַרבעט װי אַן אױדיטאָר אין אַ גרױסער קאָלאָראַדער פֿירמע. אַהרן פּלאַטנאָװסקי עדות האָט אױף די ריכטער קײן השפּעה ניט געהאַט, און דר. ראָדזשערס איז געװען פֿאַרמישפּט צום טױט פֿאַר זײַנע „אוממענטשלעכע עקספּערימענטן און שאַרלאַטאַנסטװע‟.
אין זײַן לעצטן בריװ האָט דר. ראָדזשערס געשריבן: „…עמעצער פֿון אײַך גלײבט אין גאָט, אַ צװײטער אין געשפּענסטער, דער דריטער — אין אַ גוטן פֿרישטיק. אַז איר לעבט אין אַ פֿולער האַרמאָניע מיט אײַער גלױבן, זענט איר אַבסאָלוט געזונט, אָבער, אַז איר װעט אָנהײבן צו קעמפֿן פֿאַר אײַער גלױבן, דאַן װעט דאָס גלױבן אין גאָט אײַך צװינגען צו הרגענען. אַ טעסעלע קאַװע װעט װערן די עיקר־זאַך פֿון אײַער לעבן און װעט עס חרובֿ מאַכן. יעדער פֿיזיקער װעט אײַך באַװײַזן, אַז דער הימל איז ניט בלױ, יעדער ביאָלאָג װעט אײַך זאָגן, אַז דאָס גראָז איז ניט גרין. צום סוף, װעט איר בלײַבן אײנער אַלײן מיט אײַער לײדיקער, קאַלטער און אומבאַקאַנטער פֿאַר אײַך װעלט. עס איז ניט װיכטיק, מיט װעלכע ׳געשפּענסטער׳ באַפֿעלקערט איר אײַער װעלט. כּל־זמן איר גלײבט אין זײ, עקזיסטירן זײ. ווי נאָר איר הײבט קעגן זיי אָן צו קעמפֿן, ווערן זײ ניט געפֿערלעך‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.