פֿאַר דער אויסשטעלונג — „16 מילימעטער פּאָסטקאַרלעך‟ — האָט דער ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיטן „ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי‟ און דעם „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟ געוויזן די אַלטע פֿילמען פֿונעם ייִוואָ־אַרכיוו, וואָס זענען פֿילמירט געוואָרן אין פּוילן אין די 1930ער יאָרן. די דאָזיקע שטומע פֿילמען האָבן פֿילמירט די אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע זענען צוריקגעפֿאָרן צו דער „אַלטער היים‟.
אויף דער וועבזײַט פֿונעם „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟ קען מען זען 26 פֿון די פֿילמען פֿון פֿאַרשיידענע פּוילישע שטעט און שטעטלעך:
//www.cjh.org/16mmPostcards/Original_Films.php
דער פֿילם פֿון קורעוו (Kurow #9) איז טיפּיש פֿאַר אַזוינע פֿילמען. דער אַמעריקאַנער וואָס איז צוריקגעפֿאָרן, דר. ר. ווײַסבאָרד, האָט פֿילמירט די גאַסן פֿון שטעטל, די שטעטלדיקע טיפּן און אַלע דורות פֿון זײַן משפּחה, וועלכע וווינען אין שטעטל. דערנאָך האָט ער פֿילמירט די אַלטע גרויסע שיל און די אַלטע און נײַע בית־עולמס. די „פּאָסטקאַרטלעך‟ ברענגען אונדז הײַנט אַ לעבעדיקן גרוס פֿון אַ פֿאַרשוווּנדענער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.