עס זענען פֿאַראַן אויף ייִדיש וווּנדער־מעשׂיות וואָס דערציילן וועגן אַ בן־מלך און אַ בת־מלכּה מיט פֿאַנטאַסטישע עפּיזאָדן, אָבער, ס‘רובֿ מעשׂיות אויף ייִדיש זענען לעגענדעס, און דערציילן וועגן אמתע מענטשן, און זייערע מעשׂים — „מעשׂים‟ איז דאָך פֿאַרבונדן מיט „מעשׂה‟. אין דער ווײַטערדיקער מעשׂה וועגן דעם מעזריטשער מגיד קומען נישט פֿאָר קיין גרויסע נסים, אָבער אַ דאַנק דעם מגידס עצה, וואָס זעט אויס ווי אומלאָגיש, איז אַ ייִדישע קהילה ניצול געוואָרן.
ס’איז געװען אַ שטאָט, װוּ די ייִדן האָבן געהאַט גרױס עגמת־נפֿש פֿון דעם שטײַערן־קאָמיסאַר. אַז עס פֿלעגט קומען דער זמן פֿון ראַטע געבן, פֿלעגט דער קאָמיסאַר שטעלן זײער גרױסע זאַקוציעס. האָבן ייִדן זיך מײשבֿ געװען עטלעכע װאָכן פֿאַר דעם זמן פֿון ראַטע געבן און האָבן אויסגעקליבן צװײ מענטשן, װאָס זאָלן פֿאָרן צום פֿירשט, װאָרן דער פֿירטש איז געװען װײַט פֿון דער שטאָט, אַכציק מײַל. די צװײ מענטשן זענען געװען — אײנער אַן אַלטער מאַן און אײנער אַ יונגער. זײ האָבן זיך מזהיר געװען, למען־השם, אַז זײ זאָלן אײַליק פֿאָרן, װאָרן עס איז נאָענט דער זמן פֿון דער ראַטע. דערצו האָבן זײ מורא געהאַט פֿאַר נגישות.
זײער װעג האָט זיי געפֿירט דורך מעזריטש. ס’איז געװען אַ זונטיק אין דער פֿרי און זײ האָבן געדאַװנט אין דעם האַרבעריק. דער באַלעבאָס האָט זײ געפֿרעגט: „װוּהין פֿאָרט איר?‟ זײ האָבן אים דערצײלט די גאַנצע מעשׂה, האָט דער באַלעבאָס זײ געעהצט: „איר זאָלט גײן צום מגיד פֿרעגן אַן עצה”. דער אַלטער האָט נישט מסכּים געװען דערױף, אָבער דער יונגער האָט אָנגערעדט דעם אַלטן און זײ זענען געגאַנגען צום מגיד. די צװײ מענטשן האָבן נישט געקענט תּיכּף אַרײַנגײן, מחמת עס זענען זײער אַ סך מענטשן געשטאַנען בײַם מגיד. האָבן זײ געװאַרט כּמה שעות, ביז זײ האָבן געפֿונען דעם גבאי און זײ האָבן אים געזאָגט, אַז זײ װילן אַרײַנגײן צום מגיד. דער גבאי האָט זיך אָנגעפֿרעגט בײַם מגיד, איז געװען די תּשובֿה, אַז זײ זאָלן נעכטיקן דאָ, און מאָרגן װעלן זײ האָבן אַ תּשובֿה. האָבן זײ גרױס צער געהאַט, מחמת די צײַט איז קורץ געװען. זײ האָבן פֿאָרט גענעכטיקט דאָרט און צו מאָרגנס, נאָכן דאַװנען, זענען זײ װידער געגאַנגען צום מגיד און האָבן זיך װידער זײער געזאַמט דאָרט, ביז דער גבאי איז װידער געגאַנגען פֿרעגן דעם מגיד, איז װידער געװען דער ענטפֿער פֿון מגיד, אַז זײ זאָלן װידער דאָ נעכטיקן. זײ האָבן זײער חרטה געהאַט, װאָס זײ זענען געגאַנגען צום מגיד און האָבן פֿאָרט געמוזט נעכטיקן דאָרט.
צו מאָרגנס איז געװען די תּשובֿה פֿון דעם מגיד, אַז זײ זאָלן פֿאָרן אױף אַן אַנדער װעג, װאָס איז ממש גאָר קרום, און שווער צו פֿאָרן אויף אים. דער אַלטער מאַן האָט זיך זײער געבײזערט אױף דעם יונגן, װאָס ער האָט אים צוגערעדט דערצו. נישט מער, זײ זענען פֿאָרט געפֿאָרן אױף דעם װעג, װוּ דער מגיד האָט געהײסן. און װי זײ זענען געפֿאָרן מיט זײער אַ ביטער האַרץ, האָט אָנגעהױבן צו גײן זײער אַ גרױסער רעגן און מחמת דעם האָבן זײ אַראָפּגעבלאָנדזשעט פֿונעם װעג, און האָבן געהאַט גרױס צער. זײ זענען אָנגעקומען אין אַ דאָרף שטאַרק דערפֿרױרענע פֿון דעם רעגן און האָבן זיך געשטעלט דאָרט נעכטיקן. זײ האָבן געגעבן די פֿערד צו אַ גױ, ער זאָל זײ פּאַשען און מאָרגן פֿרי, זאָל ער זײ ברענגען די פֿערד.
צו מאָרגנס פֿרי האָבן זײ זיך געשטעלט דאַװנען און דער גױ האָט זײ נישט געבראַכט די פֿערד. זײ האָבן געהאַט גרױס צער, מורא געהאַט נישט עובֿר צו זײַן דעם זמן־ראַטע. קומט אַרײַן דער גױ און זאָגט, אַז דער שׂררה פֿון דאָרף האָט די פֿערד אַוועקגענומען. זײ האָבן געבעטן דעם באַלעבאָס, אַז ער זאָל גײן צום שׂררה אױסבעטן די פֿערד. ער האָט נישט געװאָלט גײן, באשר, לא־די װאָס דער שׂררה װעט בװדאי נישט אָפּגעבן די פֿערד, װעט ער אים נאָך שלאָגן מכּות־אַכזריות, אַזױ װי זײַן שטײגער איז פֿון אײביק אָן. די מענטשן האָבן געװאָלט באַצאָלן דעם באַלעבאָס, ער זאָל גיין אויסבעטן, אָבער ער האָט בשום־אופֿן נישט געװאָלט גײן, מחמת דאָס געזונט איז אים ליבער װי דאָס געלט.
האָבן זײ געמוזט גײן אַלײן צום שׂר. אַז זײ זענען געקומען אין הױף אַרײַן, האָבן זײ דערקענט אַ קנעכט פֿון זײער פֿירשט. דער קנעכט האָט זײ אױך דערקענט, װאָרן ער איז געװען עטלעכע מאָל מיטן פֿירשט אין זײער שטאָט. זײ האָבן אים געפֿרעגט: „װאָס טוסטו דאָ?‟ האָט ער געזאָגט ער איז דאָ מיטן פֿירשט. זײ האָבן זיך זייער געפֿרייט און זײ זענען געגאַנגען מיט אים צום פֿירשט. אַז דער פֿירשט האָט זײ דערזען, האָט ער אױך זיך געפֿרייט און ער האָט זײ געפֿרעגט װוּ אַהין זײ פֿאָרן. זײ האָבן אים דערצײלט די גאַנצע מעשׂה און האָבן בײַ אים געפּועלט, װאָס זײ האָבן געװאָלט. דער פֿירשט האָט זײ געגעבן אַ בריװ צום קאָמיסאַר. דערנאָך האָבן זײ זיך געקלאָגט פֿאַרן דוכּס מכּוח די פֿערד, װאָס מען האָט אַװעקגענומען פֿון זײ, האָט דער דוכּס תּיכּף געשיקט, אַז מען זאָל זײ אָפּגעבן די פֿערד. זײ זענען אַװעקגעפֿאָרן אַהײם מיט גרױס שׂימחה און זענען נאָך געקומען פֿאַרן זמן פֿון דעם קאָנטראַקט. ערשט איצט האָבן זײ געזען צוליב װאָס דער מגיד האָט זײ געהײסן פֿאָרן אױפֿן אַנדערן װעג. דאָס איז געװען מן־השמים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.