Oyneg Shabes

חכמות פֿונעם שטעטל

Wisdom From the Shtetl

  • Print
  • Share Share

אַ סוד פֿאַר אים און דעם רבונו־של־עולם

Issachar Ber Ryback

אין סלאָנים איז געװען אַ ייִד — אַ זקן, ר’ זונדל מנקר האָט מען אים גערופֿן. איז דער דאָזיקער ייִד געװען אַזאַ טיפֿער זקן, אַז קײנער האָט נישט געװוּסט װי אַלט ער איז, ייִדן האָבן דװקא יאָ געװאָלט װיסן װיפֿל אַן ערך ער איז אַלט, נאָר קײנער האָט זיך נישט דערװעגט צו פֿרעגן אים אױף זײַנע יאָרן. אַ קלײניקײט עפּעס? פֿרעגן ר’ זונדלען אױף זײַן עלטער? מ’האָט פּשוט מורא געהאַט פֿאַר אַן עין־הרע, חלילה. גײ פֿרעג אַזאַ זקן אױף יאָרן!

נאָר אײן מאָל, מ’האָט גראָד געשמועסט װעגן אַמאָליקע יאָרן, כאַפּט זיך אַרױס אײנער, אַ שטיקל שײגעץ, און פֿרעגט: „ר’ זונדל, װי אַלט אַן ערך זענט איר, ביז הונדערט און צװאַנציק!?‟

ר’ זונדל קוקט אים אָן און זאָגט: „איכ’ל דיר זאָגן, דו שנעק אײנער, דו װײסט דאָך, אַ ייִד איז געװױנט צו ענטפֿערן מיט אַ קשיא אױף אַ קשיא. איר האָט דאָך אַלע אַװדאי געזען װי יאָסל דער שמשׂ גײט מיט זײַן לאַמטערן נאָך חנוכּה־געלט? צו װאָס דאַרף ער דעם לאַמטערן? קען ער דען נישט דעם װעג אין גאַס? קען ער דען נישט אַלע שטיבער אין שטאָט? און זענען די נעכט נישט גענוג ליכטיק פֿון שנײ? איז דער ענטפֿער: אַז ער גײט אַרײַן אין אַ שטוב נאָך חנוכּה־געלט, און דער באַלעבאָס גיט אים אַ מטבע, פּאַסט אים נישט גלײַך אַ קוק צו טאָן װיפֿל מ’האָט אים געגעבן. נאָר אַז ער קומט אַרױס צוריק אין גאַס, גיט ער אַ קוק בײַם ליכט פֿון זײַן לאַמטערן, װײסט ער װיפֿל מ’האָט אים געגעבן. דעמאָלט װײסן בײדע: דער באַלעבאָס װײסט װיפֿל ער האָט געגעבן, און דער שמשׂ װײסט װיפֿל ער האָט באַקומען‟. און ר’ זונדל פֿירט אױס: „מיט געשאָנקענע יאָרן, ייִדן, איז אױך אַזױ. ס’איז חנוכּה־געלט, װאָס דער רבונו־של־עולם גיט דעם מענטש. װײסט פֿון דעם נאָר דער אײבערשטער, װאָס גיט, און איך, װאָס באַקום‟.


זײ שטימען נישט אײַן װעגן טראָגן

אין אַ שטעטל האָט מען אױפֿגענומען אַ נײַעם רבֿ. אַז ער האָט זיך באַזעצט און אַרומגעקוקט, האָט ער געזען, אַז אין שטעטל איז נישטאָ קײן עירובֿ, און במילא טאָר מען שבת גאָרנישט ניט טראָגן, האָט ער צונױפֿגערופֿן דעם קהל, האָט זיך דורכגערעדט װעגן דעם, און ס’איז געבליבן, אַז מען זאָל אױפֿשטעלן אַן עירובֿ אין די גאַסן.

דער רבֿ, דער חזן און אײנער פֿון די שײנע באַלעבאַטים זענען באַלד אַרױס איבער די גאַסן פֿון שטעטל, צו באַטראַכטן און אָנצוצײכענען, װוּ מען דאַרף שטעלן דעם עירובֿ. װי זײ מעסטן אַזױ אַהער, אַהין, קומט אָן אײנער פֿון די שטעטלדיקע גבֿירים, אַ ייִד — אַ גרױסער עם־האָרץ און נאָך אַ גרעסערער חצוף, װאָס האָט אומעטום געשטופּט זײַן נאָז און געװאָלט זאָגן דעות. אַז ער דערזעט דעם נײַעם רבֿ צוזאַמען מיט דעם חזן און דעם שײנעם באַלעבאָס און װי זײ מעסטן עפּעס אַהער און אַהין, גײט ער צו און פֿרעגט, װאָס זײ טוען און װאָס פֿאַר אַ נײַעס מען װיל אײַנפֿירן אין שטאָט. ענטפֿערט אים דער חזן, אַז מען װיל שטעלן אַן עירובֿ אין די גאַסן, כּדי מען זאָל שבת מעגן טראָגן מיט זיך אַ טלית, אַ סידור, אַ נאָזטיכל, אָדער אַנדערע זאַכן.

װערט דער גבֿיר אַן אױפֿגעקאָכטער: „װאָס טראָגן? װער טראָגן אום שבת? מײַן זײדע האָט נישט געטראָגן, מײַן טאַטע האָט נישט געטראָגן, און איך װעל אױך נישט טראָגן! נאַ דיר גאָר נײַע פּאַראָנדקעס!‟

אַז ער איז אַנטשװיגן געװאָרן, רופֿט זיך אָן דער חזן און זאָגט: „זעט איר, באַלעבאָס, דאָס, װאָס אײַער זײדע האָט נישט געטראָגן און אײַער טאַטע האָט נישט געטראָגן, דאָס איז גאָרנישט ניט. אָט, װען אײַער מאַמע װאָלט אױך נישט געטראָגן, דאָס װאָלט געװען גוט‟.


ער האָט אַ גוטן טעם זי צו לױבן

אין אַ שטעטל איז געװען אַ רבֿ, אַ װױלער רבֿ. האָט ער געהאַט אַ װײַב אַ משולחת, אַ מרשעת, נישט פֿאַר אונדז געדאַכט. זי איז אים נעבעך דערגאַנגען די יאָרן. דאָס גאַנצע שטעטל האָט געװוּסט דערפֿון, און מ’האָט דעם רבֿ שטאַרק באַדױערט. מ’האָט אַפֿילו שטילינקערהײט גערעדט, אַז ס’איז אַ רחמנות, און אַ בזיון צו דערצו. נאָר מישן זיך האָט זיך קײנער נישט געמישט. װי פּאַסט עס?!

אײן שײנעם טאָג איז די רביצין קראַנק געװאָרן, קראַנק געװאָרן און געשטאָרבן, ברוך דײן אמת.

סע קומט צו דער לװיה, אַ גרױסע לװיה, שטעלט זיך אַנידער דער רבֿ, צו האַלטן אַ הספּד. חידושט מען זיך. און ער הײבט טאַקע באַלד אָן צו קלאָגן: „אַזאַ טײַערע ייִדענע, אַזאַ ערלעכע אישה!‟ און אַזױ דעם גאַנצן הספּד. פֿאַרשטײט מען שױן גאָר נישט.

נאָך דער לװיה, אַז מ’איז צוריקגעגאַנגען פֿון בית־עלמין, קענען זיך באַלעבאַטים נישט אײַנהאַלטן, און זײ פֿרעגן אים: „רבי, װי קומט עס, װאָס איר האָט זי אָנגערופֿן אַזאַ טײַערע און גוטע אישה? װאָס מײנט עס?‟

„איכ’ל אײַך זאָגן‟, ענטפֿערט דער רבֿ, „אַז אַ װײַב טוט דעם רצון פֿון איר מאַן, און זי פֿאָלגט אים — איז זי גוט און ערלעך. די רביצין האָט מיך געפֿאָלגט און איז געגאַנגען אַ גאַנג. זאָל איך זי נישט לױבן?‟