געבענטשט מיט אַן אײַזערנעם זכּרון, האָט אַרקאַדי גענדעלר געמאַכט אַ רושם אויפֿן ייִנגערן דור קלעזמאָרים און זינגער מיט זײַן גרויסן רעפּערטואַר פֿון פֿאָלקסלידער, וואָס ער געדענקט פֿון זײַן בעסעראַבער שטעטל, סאָראָקע. אָבער גענדלער איז נישט בלויז אַ פֿאָלקזינגער, נאָר אויך אַ קאָמפּאַזיטאָר, בפֿרט פֿון לידער וואָס באַשרײַבן זײַנע איבערלעבונגען, און פּאָזיטיוון קוק אויף דער וועלט.
אין 2012 האָט Golden Horn Records אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקט־דיסק פֿון זײַנע שאַפֿונגען — „אַרקאַדי גענדלער — ייִדישע לידער‟ — מיט אַראַנזשירונגען פֿונעם דײַטשן קלאַרנעטיסט קריסטיאַן דאַוויד. גענדלערס ליד „זינגט אויף ייִדיש‟ האָט ער אָנגעשריבן אין 1999, און צום ערשטן מאָל עס געזונגען בײַם „קלעזפֿעסט‟ אין פּעטערבורג.
מוזיק און ווערטער פֿון אַרקאַדי גענדלער
מיט אַ פֿידל, אָן אַ פֿידל:
ווידער קלינגט אַ ייִדיש לידל,
מאַמע־לשון — ס‘איז דאָך אַ מחיה.
קלעזמער: הײַנטיקע חכמים
שפּילן ייִדישע ניגונים,
צווישן אַלטע לידער שפּילט מען נײַע,
כאָטש אויף ייִדיש לאַנג געשוויגן,
זינגען מיר מיט פֿאַרגעניגן,
מ‘גייט דערבײַ אַ טענצל — מלא־טעם.
טאָמער פֿעלט אַ גראַם צום לידל,
צי אַ סטרונע בײַ דעם פֿידל,
זינגט מען אונטער טשירי־בירי־באָם.
טשירי־בים, טשירי־באָם,
זינגט באַזונדער צי אין איינעם,
טשירי־בים, טשירי־באָם,
און פֿאַר קיינעם זיך ניט שעמען,
טשירי־בים, טשירי־באָם, טשירי־בים,־באָם,
בים־באָם־באָם
נאָך דעם שבתדיקן קידוש
זינגט מען זמירות אויך אויף ייִדיש,
ס‘זינגען מיט אַפֿילו די רבנים.
זאַלן אַלע מענטשן וויסן:
סײַ אויף חתונות און בריתן,
ייִדיש זינגען אַלע מחותּנים.
אויף קאָנצערטן, פֿעסטיוואַלן
פֿליסן נײַע, פֿרישע קוואַלן:
יונג און אַלט אין איינעם זינגען לידער.
חנה, זלמן, רייזל, איציק,
משה, לייבל מיטן שמיטשיק —
אַלע שוועסטער, אַלע זײַנען ברידער.
ייִדיש ווידער ווערט געבוירן,
ס‘איז דער שורש ניט פֿאַרלוירן,
ס‘פֿײַער אויף דעם פּריפּעטשיק ניט פֿאַרלאָשן.
ייִדן זײַנען איין משפּחה,
שיקן אומעטום אַ ברכה,
מ‘רעדט, מ‘שרײַבט אויף מאַמע־לשון.
מאָסקווע, פּעטערבורג און קיִעוו,
זאַפּאָראָזשע, תּל־אָבֿיבֿ,
קרים, אָדעס, ניו־יאָרק, ירושלים,
סאַן־פֿראַנציסקאָ און באַרדיטשעוו,
יעדע שטאָט און יעדער ייִשובֿ
מאַכן דאָרט אויף ייִדיש אַ לחיים!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.