אַלפֿאָנס אַללע, 1854־1905, איז געװען אַ גלענצנדיקער פֿראַנצײזישער עקסצענטרישער שרײַבער און דער געהיימער „פֿאָטער‟ פֿון קאָנצעפּטואַליזם, מאָנאָכראָמקײט און מינימאַליזם אין מאָלערײַ. ער איז אײנער פֿון די גרינדער (1882) פֿון אַ גרופּע חוזק־מאַכער, „די אומגעלומפּערטע קונסטן‟.
אין אַלפֿאָנס אַללע־מוזײ געפֿינען זיך זײער אינטערעסאַנטע עקספּאָנאַטן: „װאָלטערס שאַרבן פֿון זײַנע קינדער־יאָרן‟, „אַן אמת שטיקל פֿונעם פֿאַלשן יױזלס־קרײץ‟, „אַ גלאָז פֿאַר די געלינקטע‟, „פֿילטער פֿאַר דער ניט־נאָרמאַטיװער לעקסיק‟ און נאָך אַלעזכע קינסטלערישע שפּיצלעך.
מע דאַרף ניט זײַן קײן גרױסער מומחה, כּדי צו זען, װי ענלעך איז קאַזימיר מאַלעװיטשס שעדעװער „דער שװאַרצער קװאַדראַט‟, 1913, צו אַלפֿאָנס אַללעס בילד „שלאַכט פֿון די נעגערס אין אַ טונקעלער הײל טיף אין דער נאַכט‟, 1893, און צו פּאָל בילהאָדס „אַ נאַכט־געשלעג פֿון די נעגערס אין אַ קעלער‟, 1884. נאָר װער געדענקט הײַנט פּאָל בילהאָד אָדער אַלפֿאָנס אַללע?
■ מיר דאַרפֿן האָבן מער געדולד צו אַ מענטש, װײַל לאָמיר ניט פֿאַרגעסן די פּרימיטיװע תּקופֿה, אין וועלכער ער איז באַשאַפֿן געװאָרן.
■ אַ לײדיקער מאָגן האָט ניט קײן אױערן, אָבער ער האָט אַן אױסערגעװײנטלעכן שמעק־חוש.
■ עס זײַנען דאָ אַזעלכע מאָמענטן אין לעבן, ווען מע הײבט אָן פֿילן, אַז אױף דער װעלט פֿעלן אויס מענטשנפֿרעסער.
■ אָפּפֿאָרן איז װי „אַ ביסל שטאַרבן‟, אָבער שטאַרבן הײסט שױן „גוט װײַט אָפּצופֿאָרן‟.
■ אַז מע האָט געלט, טראָגט מען אַפֿילו די אָרעמקײט איבער גרינגער. ניט אמת?…
■ קײן מאָל לאָז ניט איבער אױף מאָרגן דאָס, װאָס דו קענסט טאָן איבער מאָרגן.
■ װער איז אַ לײדיקגײער? דער װאָס מאַכט ניט קײן אָנשטעל, אַז ער אַרבעט.
■ שװערער פֿון אַלץ איז אױסצוהאַלטן און איבערצולעבן דעם סוף חודש, באַזונדערס, די לעצטע דרײַסיק טעג.
■ בשעת מיר טראַכטן, װי אַזױ צו פּטרן די צײַט, פּטרט די צײַט אָפּ אונדז.
■ נאָך אַ קאָנסיליום פֿון דרײַ בעסטע דאָקטױרים, טענהט די אַלמנה: „װאָס האָט ער, נעבעך, געקענט טאָן — אײנער אַלײן, אַ קראַנקער קעגן דרײַ געזונטע מענער?…‟
■ דער ים גיסט זיך ניט איבער נאָר דערפֿאַר, װײַל דער אײבערשטער האָט באַזאָרגט די װאַסערן מיט ים־שװאָמען.
■ די העכסטע מדרגה פֿון דער פּאָרטרעטן־קונסט איז, װען דו קענסט זיך אַװעקזעצן אַנטקעגן שפּיגל און אָפּגאָלן דײַן אײגענע אָפּשפּיגלונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.