אַמאָל זענען געװען צװײ ברידער, אײנער אַן אָרעמאַן און אײנער אַ רײַכער.
דער רײַכער פֿלעגט קײן מאָל נישט װעלן װיסן פֿון דעם אָרעמען ברודער; ער פֿלעגט אים קײן מאָל נישט װעלן העלפֿן. און אַזױ װי דער אָרעמער האָט נישט געהאַט פֿון װאָס צו לעבן, פֿלעגט ער גײן אין װאַלד אַרײַן האַקן האָלץ. פֿלעגט אָנהאַקן אַ בינטל האָלץ, פֿלעגט ער עס טראָגן אין מאַרק אַרײַן פֿאַרקױפֿן, און דערפֿון האָט ער מפֿרנס געװען װײַב און קינדער.
אײן מאָל אַזױ װי ער איז געשטאַנען אין װאַלד און האָט געהאַקט דאָס האָלץ, האָט ער דערהערט אַ גרױס געזאַנג, האָט ער זיך פֿאַרחידושט און דערשראָקן. האָט ער זיך געקלערט, ער װעט אַרױפֿקריכן אױף אַ בױם, װעט ער זען, װער סע זינגט דאָס? איז ער אַרױפֿגעקראָכן אױף אַ בױם, און אַזױ װי ער איז שױן געװען אױפֿן בױם, האָט ער געזען װי ס’איז אָנגעקומען אַ מחנה גזלנים, מיט פֿולע זעק אױף די פּלײצעס און האָבן געזונגען. און ער האָט געזען װי זײ זענען צוגעקומען צו אַן אָרט, האָט זיך געעפֿנט אַ טירעלע, זענען זײ אַרײַנגעגאַנגען, און ס’האָט געדױערט אַ שטיקל צײַט, זענען זײ אַרױסגעקומען צוריק מיט לײדיקע זעק און האָבן װײַטער געזונגען און זענען אַװעקגעגאַנגען.
דעם אַנדערן טאָג איז ער װײַטער געגאַנגען אין װאַלד אַרײַן האַקן האָלץ, האָט ער װידער געזען די גזלנים און האָט װידער געהערט דאָס געזאַנג, האָט ער זיך געקלערט, ער װעט זיך זעצן אױף דעם בױם נעענטער, װעט ער זײ קענען בעסער אָנקוקן. האָט ער זיך געזעצט נעענטער, האָט ער געזען, װי ס’זענען אָנגעקומען די זעלביקע גזלנים, װאָס נעכטן, און אַז זײ זענען צוגעקומען צום אָרט, האָט ער געהערט, װי זײ האָבן געזאָגט: „טירעלע, טירעלע, עפֿן זיך!‟ האָט זיך דאָס טירעלע געעפֿנט. און װען זײ זענען אַרײַנגעגאַנגען, האָט ער זײ איבערגעצײלט, זענען זײ געװען צװעלף גזלנים. האָט ער װײַטער אױסגעװאַרט אַ שטיקל צײַט, זענען זײ װידער אַרױסגעקומען מיט לײדיקע זעק און האָבן געזאָגט: „טירעלע, טירעלע, פֿאַרמאַך זיך!‟ האָט זיך עס פֿאַרמאַכט, האָבן זײ װײַטער געזונגען און זענען אַװעקגעגאַנגען.
אױפֿן דריטן טאָג איז ער װײַטער געקומען אין װאַלד אַרײַן און איז אַרױפֿגעקראָכן אױפֿן בױם, האָט ער װידער געזען, װי די צװעלף גזלנים זענען אָנגעקומען צום אָרט און האָבן געזאָגט: „טירעלע, טירעלע, עפֿן זיך!‟ האָט זיך דאָס טירעלע גלײַך געעפֿנט, זענען זײ אַרײַנגעגאַנגען און ער האָט זײ איבערגעצײלט, זענען זײ געװען צװעלף. און װען זײ זענען אַרױסגעקומען, האָט ער זײ נאָך אַ מאָל איבערגעצײלט, האָט ער געזען, אַז ס’זענען דאָ צװעלף. און זײ האָבן געזאָגט צום טירעלע: „טירעלע, טירעלע, פֿאַרמאַך זיך!‟ האָט זיך עס פֿאַרמאַכט. האָבן זײ װײַטער געזונגען און זענען אַװעקגעגאַנגען. און אַז זײ זענען אַװעק, און ער האָט שױן געהערט דאָס געזאַנג װײַט, װײַט אַװעק, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז זײ זענען שױן זײער װײַט, איז ער אַראָפּגעקראָכן פֿון בױם און איז צוגעגאַנגען צום טירעלע, און האָט געזאָגט: „טירעלע, טירעלע עפֿן זיך!‟ האָט זיך דאָס טירעלע געעפֿנט. איז ער אַרײַנגעקומען אין אַ טיפֿער הײל, און ער האָט דערזען פֿאַר זיך אוצרות מיט גאָלד און מיט זילבער, מיט פּערל און מיט בריליאַנטן און אַ סך אַ סך גאָלדענע רענדלעך, האָט ער זיך געקלערט: „װאָס טוט מען?‟ דערװײַל האָט ער דערזען, אַז סע ליגט אַ זעקל, האָט ער געעפֿנט דאָס זעקל און האָט עס אָנגעשטאָפּט מיט גאָלדענע רענדלעך, און האָט גענומען דאָס זעקל אױף די פּלײצעס און האָט געזאָגט: „טירעלע, טירעלע, עפֿן זיך!‟ האָט זיך עס געעפֿנט, איז ער אַרױסגעגאַנגען און איז אַװעק אַהײם.
אַז ער איז געקומען אַהײם, האָט ער אױסגעשיט דאָס זעקל מיט די רענדלעך אין מיטן שטוב, איז אין שטוב געװאָרן ליכטיק פֿון די רענדלעך, װאָס ער האָט אױסגעשיט, האָט זיך דאָס װײַב מיט די קינדער זײער דערפֿרײט. ער האָט אָבער געװאָלט װיסן װיפֿל רענדלעך ער האָט דאָ, ס’איז געװען אַזױ פֿיל, אַז ער האָט עס נישט געקענט איבערצײלן, און אַ קװאָרט מיט װאָס איבערצומעסטן האָט ער אױך נישט געהאַט. זאָגט דאָס װײַב צו אים: „װײסטו װאָס? לאָמיר אַרײַנשיקן צו דײַן רײַכן ברודער און לײַען אַ קװאָרט, װעלן מיר האָבן מיט װאָס איבערצומעסטן‟. האָבן זײ אַרײַנגעשיקט דאָס עלטערע ייִנגל צום רײַכן ברודער צו לײַען אַ קװאָרט. האָט זיך דעם רײַכן ברודערס װײַב געקלערט: „װאָס האָט דאָרט דער קבצן צו מעסטן מיט אַ קװאָרט?‟ קלערט זי זיך, זי װעט אָנקלעפּן אַ שטיקל קלײ צום דנאָ פֿון דער קװאָרט, איז װאָס דער אָרעמער ברודער װעט מעסטן, װעט זיך עפּעס צוקלעפּן צום דנאָ, װעט זי װיסן װאָס ער האָט געמאָסטן. איז טאַקע אַזױ געװען. װײַל װען מען האָט איר אָפּגעבראַכט צוריק די קװאָרט, זי טוט אַ קוק, דרײַ רענדלעך זענען צוגעקלעפּט צום דנאָ! האָט זי זיך גאָרנישט געמאַכט װיסן און האָט צוגענומען די רענדלעך.
אױפֿן אַנדערן טאָג איז דער אָרעמער ברודער װידער געגאַנגען אין װאַלד אַרײַן, האָט ער דאָרט אױסגעװאַרט ביז די גזלנים זענען אַװעקגעגאַנגען, און אַז זײ זענען שױן געװען װײַט, װײַט אַװעק, איז ער צוגעקומען צו דער הײל און האָט זיך װידער אָנגעשטאָפּט אַ פֿולן זאַק מיט רענדלעך און האָט געזאָגט צום טירעלע: „טירעלע, טירעלע, פֿאַרמאַך זיך!‟ און איז אַװעק אַהײם. האָט ער אױסגעשיט די רענדלעך אין מיטן שטוב, און האָט געװאָלט װיסן, װיפֿל ס’איז דאָ. האָבן זײ װידער אַרײַנגעשיקט צום רײַכן ברודער לײַען די קװאָרט. האָט מען זײ געליִען די קװאָרט און ער האָט איבערגעמאָסטן די רענדלעך. און אַז מען האָט אָפּגעבראַכט די קװאָרט צום רײַכן ברודער, האָט זײַן װײַב װידער געפֿונען צוגעקלעפּט צום דנאָ עטלעכע רענדלעך. און אױפֿן דריטן טאָג איז װידער די אײגענע מעשׂה. אַז מען האָט איר אָפּגעבראַכט די קװאָרט, האָט זי װידער געפֿונען צוגעקלעפּט רענדלעך צום דנאָ. זאָגט זי צו איר מאַן, דעם רײַכן ברודער: „גיב אַ קוק! פֿון װאַנען נעמט דײַן אָרעמער ברודער אַזױ פֿיל רענדלעך? גײ און קוק אים נאָך און זע, פֿון װאַנען ער נעמט זײ‟. אַ כּלל, זי האָט אים אַזױ דערגאַנגען די יאָרן, ביז װאַנען ער איז נאָכגעגאַנגען דעם אָרעמען ברודער אין װאַלד אַרײַן און האָט געזען, װאָס דער אָרעמער ברודער טוט.
דעם אַנדערן טאָג איז ער אַװעקגעגאַנגען אַלײן אין װאַלד אַרײַן. אָבער דערװײַל האָבן די גזלנים געזען, אַז עס פֿעלט זײ גאָר אַ סך רענדלעך, האָבן זײ פֿאַרשטאַנען, אַז עמעצער קומט אַרײַן און נעמט זײ צו. האָבן זײ געגעסן און האָבן איבערגעלאָזט אײנעם פֿון זײ אין דער הײל, ער זאָל זען, װער עס נעמט בײַ זײ צו די רענדלעך, איז אײנער געבליבן און עלף זענען אַװעקגעגאַנגען. און װען דער רײַכער ברודער איז אַרײַנגעקומען אין הײל אַרײַן נעמען רענדלעך, האָט אים דער איבערגעבליבענער גזלן באַלד געכאַפּט און האָט אים אָפּגעהאַקט דעם קאָפּ, און אַרײַנגעלײגט אין אַ זאַק. דערנאָך האָט ער אים צוגעטראָגן צו זײַן שטוב, און האָט אים אַװעקגעלײגט אין דרױסן פֿאַר דער טיר. שפּעטער, אַז דעם רײַכן ברודערס װײַב איז אַרױסגעקומען פֿון שטוב און האָט געזען דעם זאַק שטײן פֿאַר דער טיר, האָט זי געמײנט, אַז ס’איז אַ זאַק מיט רענדלעך, האָט זי אים אַרײַנגענומען אין שטוב אַרײַן. און אַז זי האָט אים אויפֿגעעפֿנט, איז איר געװאָרן פֿינצטער אין די אױגן, װײַל זי האָט דערזען, אַז דאָס איז איר מאַנס קאָפּ. איז זי אַװעק צום אָרעמען ברודער מיט אַ גרױסן געװײן. האָט ער געזאָגט, אַז דאָס איז דערפֿאַר, װאָס ער האָט זיך נישט באַנוגנט מיט זײַן רײַכקײט, װיפֿל ער האָט געהאַט, איז אים געװען װײניק, דערפֿאַר האָט אים גאָט געשטראָפֿט.
און ער, דער אָרעמער ברודער, איז געװאָרן אַלץ רײַכער און רײַכער.
זײ איז גוט,
און אונדז איז נאָך בעסער;
זײ עסן אײַנגעמאַכטס מיטן פֿולן לעפֿל,
און מיר אױפֿן שפּיץ מעסער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.