Oyneg Shabes

משיח־הומאָר

Making Fun of the Messiah

  • Print
  • Share Share

משיח־אינספּיראַציע

„יסורי המשיח‟ פֿון אַרטור שיקס „הגדה‟, 1935

דער װילנער גאון איז אַמאָל געפֿאָרן קײן לידע מיט אַן אָרעם װעגעלע. אונטערװעגנס קריכט אַראָפּ דער בעל־עגלה בײַ אַ שענקל. צוריקקומענדיק בגילופֿין, אַ פֿאַרשיכּורטער, בעט ער דעם גאון, ער זאָל נעמען די לײצעס אין זײַנע הענט און טרײַבן די פֿערד. דער גאון פֿאָלגט אים, און דער בעל־עגלה דרעמלט זיך אונטער אינעװײניק אין װעגעלע. אױפֿן װעג, אָנטרײַבנדיק די פֿערד, דערזעט אַ פֿאַרבײַגײענדיקער ייִד די מלאכדיקע צורה פֿונעם מאָדנעם אָנטרײַבער, איז ער אַרײַן אַ פֿאַרצאַפּלטער אין שיל: „ייִדן! משיח איז געקומען!‟

— אײַ װוּ, װי אַזױ? — פֿרעגן אַלע מיט אַ קורצן אָטעם.

— איך האָב געזען דאָס ליכטיקײט פֿון דער שכינה אױפֿן בעל־עגלהס פּנים, טאָ װער זשע זאָל שױן אינעװײניק זיצן, אױב ניט משיח אַלײן? — האָט דער בשׂורה־אָנזאָגער דערקלערט.

לױפֿן אַלע ייִדן אַרױס פֿון שיל מקבל־פּנים זײַן משיחן. דערזעען זײ גאָר, אַז דאָרט ליגט אַ בעל־עגלה שיכּור און כראָפּעט.


אין יאָר ת״ר

אינעם יאָר ת”ר האָט זיך אין װאַרשע פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז אין דעם זעלביקן יאָר קומט משיח. רמזים און גימטריאות דערױף האָבן זיך באַלד געפֿונען לרובֿ — אױף דעם פֿעלד זײַנען ייִדן, ברוך־השם, ספּעציאַליסטן. אײן רמז, װאָס מ’קען אים טאַקע אָנטאַפּן ממש מיט דער האַנט, איז געװען אינעם פּסוק: „ונתתּי מת”ר (מטר) ארצכם‟.

דער שטאָט־רבֿ, מורא האָבנדיק, אַזאַ באַגײַסטערונג זאָל ניט פֿירן צו אַ שבתי־צבֿי־באַװעגונג, איז אַרױף אױף דער בימה און געשװױרן אַ שבֿועה־מדאורײַתא, אַז אין יאָר ת”ר װעט משיח ניט קומען.

די שבֿועה איז ניט געװען קײן פֿאַלשע, משיח איז טאַקע ניט געקומען. פֿאַר װאָס האָט דער מלבי”ם ניט געשװױרן, אַז משיח קומט זיכער אין דער צײַט װי ער גיט אָן אין ספֿר דניאל? מסתּמא אױס מורא, אַז דניאל און משיח האַלטן ניט פֿון זײַנע רמזים.


גלײבן איז מענטשלעך

צו אַן אױפֿגעקלערטן, װאָס האָט אָפּגעשפּעט פֿון משיחן, גיט אים זײַן חבֿר אַ משל דערצו:

אַ פֿוקס שטעלט זיך אַמאָל צו אַ בױם און רופֿט אַראָפּ צו זיך דעם פֿױגל, װאָס זיצט זיך בשלום אױפֿן שפּיץ בױם. סטײַטש, — זאָגט אים דער פֿױגל, — דו װעסט דאָך מיך באַלד אױפֿפֿרעסן, װען איך זאָל דיך נאָר פֿאָלגן? נײן, — ענטפֿערט דער פֿוקס, — האָב קײן מורא. ס’איז משיחס צײַטן, װען דער װאָלף מיטן שעפּס פּאַשען זיך צוזאַמען און לעבן ברידערלעך. דאָס אַרױסזאָגנדיק, באַמערקט דער פֿױגל, װי דער פֿוקס באַהאַלט זיך אָן אַ זײַט, דערזעענדיק פֿון װײַטנס אַ װילדן הונט אָניאָגן. פֿרעגט אים דער פֿױגל: „װאָס שרעקסטו זיך אַזױ, זאָגסט דאָך משיח איז געקומען, קײנער טוט שױן דעם אַנדערן קײן שלעכטס?‟

„דער הונט גלײבט ניט אין משיחן‟, — ענטפֿערט דער פֿוקס, דער פּיקח.


צו װאָס דאַרפֿן מיר האָבן צװײ משיחן?

ר’ אײַזעלע חריף איז אַמאָל געפֿאָרן אין װעג מיט אַ בעל־עגלה, װאָס האָט אים אַ גאַנצן װעג געפּלאָגט אױפֿן בעל־עגלהסקן שטײגער. פּלוצלינג פֿרעגט ער:

— רבי, פֿאַר װאָס דאַרפֿן מיר צװײ משיחן, אַ „משיח בן־יוסף‟ און אַ „משיח בן־דוד‟?

— כּדי אײנער װעט אונדז אַרױסנעמען פֿונעם ׳גלות׳, און דער אַנדערער פֿון די בעלי־עגלות, — שמײכלט ר’ אײַזעלע.