Oyneg Shabes

זאָג זשע, רביניו

Tell Us, Rebbe

  • Print
  • Share Share
מאַרק שאַגאַל: דוד מיט זײַן האַרף, 1956

דאָס פֿאַרשפּרייטע פֿאָלקסליד זינגט דער חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט. אַזוינע „קייטל־לידער‟ זענען צווישן די עלטסטע לידער אויף ייִדיש ,קודם־כּל, ווײַל זיי זענען לײַכט צו פֿאַרגעדענקען; צווייטנס, ווײַל ס‘איז אַ ליד, צו וועלכן אַ גרעסערע גרופּע קען מיטזינגען און אַפֿילו צוגעבן נאָך סטראָפֿעס; דריטנס, צוליב דער בילדערישקייט פֿון דער לעגענדע.

זאָג שוין רבינו, וואָס וועט זײַן, אַז משיח וועט שוין קומען?
אַז משיח וועט קומען, וועלן מיר מאַכן אַ סעודה־ניו.

וואָס וועלן מיר עסן אויף דער סעודה־ניו?
דעם שור־הבר מיטן לויתן,
דעם שור־הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דער סעודה־ניו.

וואָס וועלן מיר טרינקען אויף דער סעודה־ניו?
דעם יין־משומר,
דעם יין-משומר וועלן מיר טרינקען… אויף דער סעודה־ניו.

ווער וועט אונדז תּורה זאָגן אויף דער סעודה־ניו?
משה־רבינו,
משה רבינו וועט אונדז תּורה זאָגן… אויף דער סעודה-ניו.

ווער וועט אונדז שפּילן אויף דער סעודה־ניו?
דוד־המלך,
דוד־המלך וועט אונדז שפּילן… אויף דער סעודה־ניו.

ווער וועט אונדז חכמה זאָגן אויף דער סעודה־ניו?
שלמה המלך,
שלמה המלך וועט אונדז חכמה זאָגן… אויף דער סעודה־ניו.

ווער זשע וועט אונדז טאַנצן אויף דער סעודה־ניו?
מרים־הנבֿיאה,
מרים־הנבֿיאה וועט אונדז טאַנצן… אויף דער סעודה־ניו.