באַלזאַקס אַקסיאָם
הינטער יעדן גרױסן פֿאַרמעגן באַהאַלט זיך אַ פֿאַרברעכן.
די אַקסיאָם פֿון מיסטער קאָול
די אַלגעמײנע סומע פֿונעם אינטעלעקט אױף דער װעלט בלײַבט תּמיד די זעלבע, כאָטש די צאָל מענטשן אױף דער װעלט װערט אַלץ גרעסער.
װײלער־געזעץ
עס איז ניטאָ קײן „אוממעגלעכס‟ פֿאַר יענע מענטשן, װעלכע דאַרפֿן „דאָס‟ ניט טאָן.
גריזאַרדס פּרינציפּ
נאָר דער הונט, װעלכער לױפֿט אין שפּיץ פֿונעם געשפּאַן, דערזעט די ענדערונגען אינעם מאַרשרוט.
שערלי־געזעץ
ס‘רובֿ מענטשן האָבן ווערט אײנער דעם צװײטן.
סידס געזעץ
עס איז אוממעגלעך צו געװינען אַלע שפּילן, אױב דו געװינסט ניט דעם ערשטן מאַטש.
כאַלאַטאַס געזעץ
כּדי גוט אױספּלאַנירן אַן אורלױב, דאַרף מען “אָפּזיצן” אין דער אינטערנעץ מער צײַט, װי עס דױערט דער אורלױב אַלײן.
סטיצערס פּרינציפּ
אַז איר גרײט זיך פֿאָרן אין אורלױב, נעמט מיט זיך מיט צװײ מאָל װײניקער זאַכן, און צװײ מאָל אַזױ פֿיל געלט, װי איר האָט פֿאַרפּלאַנירט צו נעמען.
אַרנאָלד טױנס פּרינציפּ
אױפֿן געביט פֿון די רעליגיע־ענינים איז זײער גרינג צו פֿאַרפֿירן די גאַנצע װעלט, אָבער עס איז זײער שװער אַרױסצופֿירן די מענטשן פֿונעם טעות.
דולי־געזעץ
פֿאַרטרױט יעדן אײנעם, נאָר האַלט די „קאָרטן‟ אינעם אַרבל.
מאַרי־געזעץ
פֿרעגט קײן מאָל ניט בײַם פּאַריקמאַכער אַן עצה, צי איר דאַרפֿט זיך אונטערשערן.
דאָס געזעץ פֿונעם לעבנסװעג
אױב אײַער לעבנסװעג איז גאָר אַ גלאַטער, הײסט עס, אַז איר גײט מיט ניט קײן ריכטיקער סטעזשקע.
הײַנריך הײַנעס געזעץ
מע דאַרף מוחל זײַל יעדן שׂונא, אָבער ניט פֿריִער װי מע װעט אים אױפֿהענגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.