ר׳ לױ־יצחק באַרדיטשעװער איז אַמאָל אין די נײַן טעג געגאַנגען קלײַבן אױף צדקה. איז ער אַרײַן צו אַ נגיד אין שטוב און אים געטראָפֿן מיט אַ גאַנצן עולם זיצן בײַם טיש און עסן עופֿות.
— ס׳איז מיר אַ גרױסער חידוש אױף אײַך, — שמײכלט ר׳ לױ־יצחק — אַז איר עסט הײַנט אױף די עופֿות, װעט איר דאָך בלײַבן ערבֿ־יום־כּיפּור אָן אַ כּפּרה…
* * *
ר׳ לױ־יצחק באַרדיטשעװער איז אַמאָל, תּישעה־באָבֿ, געגאַנגען אין גאַס. זעט ער, װי אַ ייִד עסט.
גײט ער צו און זאָגט אים:
— אַװדאי פֿאַרגעסן, אַז הײַנט איז תּישעה־באָבֿ.
— נײן, רבי — זאָגט יענער, — כ׳װײס, אַז הײַנט איז תּשעה־באָבֿ.
— װײסט אַװדאי ניט, — זאָגט װײַטער ר׳ לױ־יצחק, — אַז תּישעה־באָבֿ טאָר מען ניט עסן.
— נײן, — זאָגט יענער, — כ׳װײס, אַז הײַנט איז א תּענית.
— ביסט אַװדאי, — זאָגט ר׳ לױ־יצחק, — אַ שװאַכער מענטש און טאָרסט ניט פֿאַסטן.
— נײן, — שמײכלט יענער, — כ׳בין גאַנץ געזונט.
הײבט ר׳ לױ־יצחק אױף די אױגן צום הימל און זאָגט:
— זע, רבונו־של־עולם, װאָס אַ ייִד איז. ער װעט ליבערשט זאָגן אױף זיך, אַז ער טוט אַן עבֿירה, אײדער ברענגען פֿאַרן מױל אַ שקר…
* * *
צו ר׳ יאָשע־בערן איז אַמאָל, ערבֿ־תּישעה־באָבֿ, געקומען אַ ייִדענע מיט אַ שאלה.
— רבי, — זאָגט זי מיט אַ צעבראָכן געמיט, — כ׳בין אַ ייִדישע טאָכטער און היט אָפּ ייִדישקײט װי גאָט האָט געבאָטן. זינט כ׳בין אַ בעל־הביתטע מאַך איך ערבֿ־תּישעה־באָבֿ לאָקשן, װי ס׳פֿירט זיך בײַ ייִדן. הײַנט האָט זיך, מעשׂה־שׂטן, געמאַכט אַ פֿאַרדרײעניש: כ׳האָב פֿאַרקנאָטן לאָקשן און בעת־מעשׂה פֿאַרגעסן און געמאַכט פֿאַרפֿל.
— אַ שװערע שאלה — מאַכט ר׳ יאָשע־בער אַן ערנסט פּנים.
און הײבט זיך אױף, גײט צו צום אַלמער ספֿרים, נעמט אַרױס אַ גרױסן, דיקן ספֿר, בלעטערט, זוכט, איז כּלומרשט מעין. נאָך אַ היפּשער װײַלע זאָגט ער צו דער ייִדענע:
— דאָס מאָל מעגט איר עסן די פֿאַרפֿל. איר זאָלט אָבער מקבל זײַן אױף זיך זײַן זהיר אַלע ערבֿ־תּישעה־באָבֿ צו מאַכן לאָקשן.
די װאָס שטײען דערבײַ קוקן זיך איבער און קװעטשן מיט די פּלײצעס.
אַז די ייִדענע איז אַרױס, פֿרעגט אײנער ר׳ יאָשע־בערן:
— רבי, פֿאַר װאָס האָט איר געמאַכט אַזאַ ענין פֿון אַ נאַרישקײט?
— גאָר פּשוט, — זאָגט ר׳ יאָשע־בער, — איר זעט דאָך, אַז כ׳װעל חוזק מאַכן בעת זי קומט פֿרעגן אַ נאַרישקײט, װעט זי אַ צװײטן מאָל ניט קומען פֿרעגן אַ האַרבע שאלה…
* * *
צו ר׳ חײם בריסקער איז אַמאָל, אין די נײַן טעג, געקומען אַ ייִנגעלע מיט אַ שאלה:
— רבי, די מאַמע האָט געשיקט פֿרעגן, צי כ׳מעג עסן פֿלײש.
ר׳ חײם קוקט אָן דעם ייִנגעלעס בלאַס פּנים, גיט אים אַ גלעט און ענטפֿערט:
— יאָ, מײַן קינד, דו מעגסט עסן פֿלײש און גײ זאָג דער מאַמען דײַנער, אַז זי מעג אױך.
די דײנים קוקן זיך איבער.
— װאָס חידושט איר זיך? — זאָגט ר׳ חײם, — אַזאַ בלײך קינד האָט מסתּמא אַ מאַמען אױך אַ שװאַכע…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.