נתן שטראַוס איז געבױרן געװאָרן אין דײַטשלאַנד אין יאָר 1848. אין גיכן איז זײַן משפּחה אַריבערגעפֿאָרן קײן אַמעריקע, װוּ זײַן פֿאָטער לאַזאַרוס האָט געגרינדעט די פֿירמע L. Straus & Sons. אין 1875 האָט נתן חתונה געהאַט מיט לינע גורהערץ און בײַ זײ איז געבױרן געװאָרן אַ מײדל, שׂרה, װעלכע, בעת אַ רײַזע קײן אײראָפּע, איז געשטאָרבן צוליב אַ מילך־פֿאַרגיפֿטונג. די דאָזיקע משפּחה־טראַגעדיע איז געװאָרן אַ שטױס־סטימול פֿאַר אַ נײַער טעטיקײט פֿון נתן שטראַוס’ משפּחה; דהײַנו, זינט 1892 האָבן זײ אָנגעהױבן צו פּראָפּאַגאַנדירן די מילך־פּאַסטעריזאַציע.
די סטאַטיסטיק פֿון יאָר 1891 ברענגט ממש שרעקלעכע פּרטים װעגן דעם קינדערטױט, צוליב דער מילך־פֿאַרגיפּטונג. נאָר אין ניו־יאָרק פֿלעגן שטאַרבן 24% קינדער אין דער עלטער ביז אײן יאָר. פֿון די 20,111 קינדער, װעלכע מ‘האָט געהאָדעװעט מיט דער „שטראַוס‟־מילך, זײַנען געשטאָרבן נאָר זעקס קינדער. אַ דאַנק דער משפּחה שטראַוס, האָט מען אין אַמעריקע אין יאָר 1914 אָנגענומען אַ געזעץ „װעגן דער מילך־פּאַסטעריזאַציע‟. צו יענער צײַט האָבן נתן און לינע שטראַוס אױפֿגעשטעלט 297 פּאַסטעריזאַציע־פּונקטן אין 36 שטעט פֿון אַמעריקע. דער קינדערטױט אינעם לאַנד איז געפֿאַלן אױף כּמעט טױזנט פּראָצענט.
אין יאָר 1904 האָט נתן שטראַוס באַזוכט ארץ־ישׂראל צום ערשטן מאָל און זיך ממש פֿאַרליבט אינעם לאַנד. די צװײטע רײַזע האָט ער דורכגעמאַכט מיט זײַן ברודער איסידאָר און דעם ברודערס פֿרױ אידע. אָנהײב אַפּריל 1912 האָבן איסידאָר שטראַוס מיט זײַן פֿרױ אידע פֿאַרלאָזט ארץ־ישׂראל. זיי זײַנען ביידע אומגעקומען אויף דער שיף „טיטאַניק‟…
נאָכן טראַגישן אומקום פֿון זײַן ברודער מיט דער פֿרױ, האָט נתן זיך אין גאַנצן אָפּגעגעבן מיט דער טעטיקײט לטובֿת ארץ־ישׂראל. ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ פּאַסטעריזאַציע־אינסטיטוט אין תּל־אָבֿיבֿ, געשטיצט די „טיפּת־חלבֿ‟ און „הדסה‟, אױפֿגעבױט אַ מעדיצינישע קינדער־קליניק אין ירושלים. אין די 1920ער יאָרן האָט נתן שטראַוס מנדבֿ געװען אַ גרױסע סומע געלט אױפֿצושטעלן אַ נײַע שטאָט צװישן תּל־אָבֿיבֿ און חדרה. די שטאָט איז אױפֿגעבױט געװאָרן און זי הײסט נתניה, אין אָנדענק פֿון נתן שטראַוס’ ברײטהאַרציקער טעטיקײט לטובֿת ארץ־ישׂראל.
נתן שטראַוס איז געשטאָרבן אין 1931. זײַן זון, נתן שטראַוס דער יונגער, האָט זיך געלערנט אין דײַטשלאַנד. דאָרטן האָט ער זיך באַפֿרײַנדעט מיט אָטאָ פֿראַנקן און אַפֿילו אײַנגעלאַדן אים צו אַרבעטן אין דער משפּחה־פֿירמע „מײסיס‟. אָטאָ פֿראַנק האָט אָפּגעאַרבעט אין אַמעריקע נאָר אײן יאָר, און אין גיכן געמוזט זיך אומקערן קײן דײַטשלאַנד צוליב זײַן פֿאָטערס אומגעריכטער פּטירה. אָטאָ פֿראַנק האָט געדינט אין דער דײַטשישער אַרמײ װי אַ לײטענאַנט. נאָכן ערשטן װעלטקריג האָט ער חתונה געהאַט און בײַ אים זײַנען געבױרן געװאָרן צװײ מײדלעך, מאַרגאָ און אַנע. נאָך דעם װי היטלער, יימח שמו וזכרו, איז געקומען צו דער מאַכט, זײַנען אָטאָ פֿראַנק מיט זײַן פֿרױ און מײדלעך אַנטלאָפֿן קײן האָלאַנד. נתן שטראַוס דער יונגער האָט געקראָגן פֿאַר זײַן פֿרײַנד אַן אײן און אײנציקע װיזע קײן קובע, נאָר די װיזע איז אַנולירט געװאָרן אין צען טעג אַרום, און די משפּחה פֿראַנק איז געבליבן אין האָלאַנד. דװקא דאָרטן האָט די קלײנע אַנע פֿראַנק געפֿירט איר װעלט־באַרימטן טאָגבוך.
אָטאָ פֿראַנק, דער אײנציקער פֿון דער משפּחה, איז געבליבן לעבן און איז געשטאָרבן אין שװײַץ, אין באַזעל, אינעם יאָר 1980.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.