Oyneg Shabes

די „דרשה פֿון געװײן‟

The Sermon of Tears

  • Print
  • Share Share
Max Gershman

דער טאַטע פֿונעם ייִדישן שרײַבער ב. י. ביאַלאָסטאָצקי איז געווען אַ מגיד אין דער ליטע, האָט דער זון גוט געקענט די מגידישע וועלט. אין דעם אויסצוג פֿון זײַן בוך „די משלים פֿון דובנער מגיד‟ דערציילט נישט ביאַלאָסטאָצקי קיין מעשׂה, אָדער דרשה, אָבער ער גיט איבער די פֿרומע סבֿיבֿה און טעמאַטיק פֿון דעם דובנער מגידס לעגענדאַרע „דרשה פֿון געוויין‟.


דער דובנער פֿלעגט, פֿון צײַט צו צײַט, אין אַ שקיעה־שטימונג צונױפֿגיסן געװײן מיט טרײסט, מען זאָל זיך אױסװײנען, כּדי די טרײסט זאָל אַרױסקומען אַ געלײַטערטע.

בכלל גענומען האָט דער דובנער, אָבער, ניט געװאָלט „ברעכן הערצער‟. נאָר פֿון דעם „דובנער שבעל־פּה‟ װײסן מיר, אַז געהאַט האָט ער אַ „דרשה פֿון געװײן‟ װאָס ער פֿלעגט האַלטן פֿאַרן עולם פֿאַרן אַװעקפֿאָרן פֿון אַ שטעטל.

זעען מיר: אין שטעטל איז אַ גרױסער אױפֿרודער; װײַבער אײַלן זיך אױפֿצוראַמען די קיך; מאַנספּאַרשױנען מאַכן צו די קלײטלעך; מען אײַלט צום בית־המדרש הגדול.

װאָס איז געשען!

װײסן שױן אַלע: דער דובנער מגיד דאַרף באַלד האַלטן זײַן „דרשה פֿון געװײן‟. ער פֿאַרלאָזט מיטן באַגינען די שטאָט װוּ ער איז אָפּגעװען אַ שטיק צײַט, און איצט געזעגנט ער זיך מיטן עולם; און בײַם געזעגענען זיך ביז איבער אַ יאָר, אם־ירצה־השם, װיל ער מיט דער לעצטער דרשה זיך אױסװײנען, אױסװײנען פֿון דער טיפֿעניש פֿון זײַן האַרצן. די גאַנצע צײַט האָט ער געמוסרט, געטרײסט, אַרומגעפֿירט דעם עולם אױף די װעגן און אומװעגן פֿון לעבן און פֿאָטערלעך געװיזן װי זיך אױסצוהיטן פֿון די זינדיקע נעצן. ער האָט געמשלט, דערצײלט, און זײַנע מעשׂהלעך האָבן דעם עולם אַזױ אױפֿגעהײַטערט. אָבער איצט, ערבֿ זײַן אָפּפֿאָרן, קומט זײַן דרשה פֿון טרערן. און אַז דער דובנער װײנט — דעמאָלט װײנט דער גאַנצער עולם מיט אים צוזאַמען; אױך דער עולם װיל זיך אַזױ גוט אַראָפּװײנען פֿון האַרצן, אַרױסװײנען דעם פֿאַרשטיקטן צער:

— על אלה אני בוכיה!

אין דעם געװײן פֿון דעם דובנערס לעצטער דרשה אין שטאָט זײַנען מן־הסתּם געלעגן כּמה טעמים:

דער דובנער האָט געװײנט אױף די צרות װאָס ער האָט געזען אין שטעטל, אױף דער אָרעמקײט פֿון דעם פּשוטן המון־עם; געװײנט און געבעטן פֿאַר דעם און יענעם געשלאָגענעם יחיד.

און דער דובנער האָט געװײנט אױף צרות־הכּלל. קומען אָן שלעכטע גרוסן פֿון „דאָרט‟, פֿון דער עיר־הבירה, פֿון דער הױפּטשטאָט פֿון לאַנד: עפּעס רעדט מען פֿון נײַע גזירות אױף ייִדן — זאָל זיך גאָט דערבאַרעמען!

דער דובנער האָט אױך געװײנט מיט דעם אַלט־ייִדישן איכה ישבֿה — געװײנט אױפֿן גלות, אױף דעם חורבן בית־המיקדש, װאָרעם אַ ייִד דאַרף יעדן טאָג פֿילן אַזױ װי דער מיקדש װאָלט ערשט הײַנט חרובֿ געװאָרן; ער דאַרף עס װידער און װידער אַדורכלעבן אױף דאָס נײַ.

און װידער האָט דער דובנער מיט זײַן דרשה פֿון געװײן געװאָלט װײַזן זײַן שיטה, אַז באַהאַלטן יעדן צער, װי דער חסידישער רבי װיל האָבן, טױג ניט; באַהאַלטן די טרערן דאַרף מען ניט; מיט געװײן זײַנען באַגלײט אַזױ פֿיל תּפֿילות; דאָס געװײן ציט זיך נאָך פֿון דעם נבֿיא און פֿון דער מוטער רחל: — רחל מבֿכה על בניה! װאָס הײסט עפּעס: נאָר שׂימחה, נאָר טאַנץ? טרערן מײנט — חשבון־הנפֿש, װי דער תּהילים זאָגט: „פֿרײַ מאַכן די נשמה‟; געװײן קען אַמאָל געגליכן װערן צו אַ שפֿעדיקן רעגן, אױסגעװײנט זיך, און די נשמה גיט אױף ס’נײַ אַ פֿלי צו לײַטערונג!

װי קען עס זײַן שׂימחה אַלײן? אױב נאָר שׂימחה, האָט דער דובנער אָנגעדײַט אין כּמה משלים, קען עס — ניט אױסגערעדט זאָל זײַן — פֿאַרװאַנדלט װערן אין אַ בײזער מינוט אין דעם קעגנזאַץ, אין מרה־שחורה. דער מענטש לאַכט, טאַנצט, איז זיך משׂמח. אָבער אָן אַ זײַט װאַרט די מרה־שחורה. כאַפּט זי די ריכטיקע מינוט און די מרה־שחורה גיט אױף דעם מענטשן אַ שפּרונג װי אַ קאַץ! יאָ, שׂימחה, אָבער די שׂימחה גופֿא דאַרף תּמיד אױך פֿילן דעם טעם פֿון — טרערן; די טרערן דאַרפֿן זײַן אַ צױם קעגן מרה־שחורה.

— אָט קומען דאָך ביטערע גרוסן פֿון בערדיטשעװער. דער דערבאַרעמדיקער, ר’ לױ־יצחק, װאָס איז תּמיד נאָר פֿול געװען מיט שׂימחה, מיט בטחונדיקע רײד, — ער, געבענטשט זאָל ער זײַן, האָט דאָ לעצטנס גענומען אַרײַנפֿאַלן אין מרה־שחורה, איז געװאָרן זײער אומעטיק און ער װיל שעהנװײַז ניט אַרױס פֿון זײַן חדר־מיוחד, פֿאַלט אַרײַן אין עצבֿות, װײ געשריִען!

— לאָמיר זיך אָפּלערנען פֿון דעם נבֿיא! די רײד פֿון דעם נבֿיא זײַנען דאָך פֿול מיט גרױס געװײן; ניט נאָר בײַ ירמיהו, נאָר בײַ אַלע נבֿיאים; אונדזער טרער, דער ייִדישער צער פֿון איכה ישבֿה, האָּט אױפֿגעהאַלטן די אומה דורך דורות און דורות! אונדזער טרער, אונדזער דמעה קלאַפּט דאָך אין די טרערן פֿון הימל!

אָט צוליב די אַלע טעמים האָט דער דובנער זיך געפֿירט, אַז פֿאַרן אָפּפֿאָרן פֿון אַ שטעטל האָּט ער, איבערלאָזנדיק דעם גוטן משל, אױך איבערגעלאָזט דעם טעם פֿון ייִדישן געװײן. אָט דעריבער אײַלט מען זיך אין שטעטל, אָט דערפֿאַר אַזאַ גערודער:

— קומט, לאָמיר אײַלן צו דער „דרשה פֿון געװײן!‟