ווער עס וויל לייענען די וויצן אינעם ליטווישן דיאַלעקט ווי עמנואל אָלשוואַנגער האָט זיי פֿאַרשריבן, קען זיי געפֿינען אין דער זאַמלונג „L‘chayim‟
איינער אַ ייִד פֿון קאָוונע איז געקומען קיין ווילנע. ער האָט געהאַט בײַ זיך אַ הונדערטער, און האָט אים געוואָלט צעבײַטן. איז ער געגאַנגען פֿון איין קראָם אין דער אַנדערער, און קיינער האָט ניט געהאַט אים צו געבן קיין קליינגעלט. איז דער ייִד אַרויס פֿון דער לעצטער קראָם און געזאָגט צו איינעם אַ מענטשן אויף דער גאַס: „עפּעס אַ מאָדנע שטאָט ווילנע: אַז מע דאַרף צעבײַטן אַ הונדערטער, איז ניטאָ אַוווּ!‟ מאַכט יענער צון אים: „נאָך אַלץ בעסער ווי מינסק! וואָרעם בײַ אונדז אין מינסק, אַז מע וויל צעבײַטן אַ הונדערטער, איז ניטאָ דער הונדערטער!‟
עס איז אַמאָל געשטאָרבן אַ רײַכער ייִד. געווען טאַקע זייער רײַך, אָבער פֿאָרט געשטאָרבן! איז געבליבן אַן אַלמנה. זי איז געווען נאָך אַ יונג ווײַבל, און אַ שיינע איז זי אויך געווען, און רײַך דאָך אַוודאי, האָט מען איר אָנגעהויבן רעדן שידוכים. אָבער זי האָט גאָרניט געוואָלט הערן. אַ צווייטן — זאָגט זי — ווי דער ערשטער איז געווען, וועט זי ניט קריגן, און זי וויל ניט, און פֿאַרטיק! מענטשן, קרובֿים און גוטע־פֿרײַנד האָבן איר צוגערעדט, אָבער זי האָט נישט געוואָלט הערן. וואָס וועט זי גיין הערן פּוסטע דיבורים פֿון לײַט?
האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה, און אין איין שיינער נאַכט איז איר געקומען אין חלום דער געשטאָרבענער מאַן, און האָט איר אָנגעזאָגט, אַז ער וויל ניט אַנדערש, אַז זי זאָל חתונה האָבן. און געזאָגט, האָט ער איר, זי זאָל פֿאָרן אין יענער און יענער שטאָט, און זאָל דאָרטן אויפֿזוכן אַן אָרעמען ייִדן, זײַנוול ב‘רבֿ זרח, און זי זאָל מיט אים חתונה האָבן. דאָ האָט זיך דאָס ווײַבל שוין ניט געקענט העלפֿן. אַ חלום איז דאָך אַן אַנדער זאַך, ניט קיין פּוסטע דיבורים. אַז דער מאַן אירער האָט זיך מטריח געווען צו קומען פֿונעם עולם־האַמת צו איר חלום, האָט זי שוין געמוזט פֿאָלגן. איז זי געפֿאָרן אין יענער שטאָט, וואָס דער מאַן האָט אָנגערופֿן, און האָט זיך דאָרטן גוט אויסגעפֿרעגט, ביז זי האָט געפֿונען דעם זאַנוול ב‘רב זרח.
האָט זיך געדאַרפֿט טרעפֿן, אַז דער זאַנוול איז גראָד געווען אַ ייִד אַ בעטלער, וואָס איז געגאַנגען איבער די הײַזער. זי האָט טאַקע שטאַרק ניט געוואָלט מיט אים חתונה האָבן, אָבער דער מאַן איז איר דאָך געקומען צו חלום! האָט זי, נעבעך, געמוזט פֿאָלגן. האָט זי דערציילט דעם ייִדן די מעשׂה. זאָגט דער ייִד: „גוט, איך וועל מיט דיר חתונה האָבן. אָבער איין תּנאַי מוז איך מיט דיר אויסנעמען: איין גאַנץ יאָר נאָך דער חתונה מוזסטו מיט מיר גיין איבער די הײַזער, דערנאָך וועלן מיר אויפֿהערן‟. זי האָט גענומען טענהן, רעדן, אַז „ס‘טײַטש? ווי פּאַסט דאָס פֿאַר איר? מען קען זי דאָך אין דער גאַנצער געגנט. זאָגט ער: „גוט, מיר וועלן אַוועקפֿאָרן אין אַ ווײַטערער געגנט, וווּ מע קען דיך ניט.‟ וואָס זאָל זי טאָן? האָט זי געמוזט נאָכגעבן דעם בעטלער. אויף מאָרגן נאָך דער חופּה זײַנען זיי אַרויסגעפֿאָרן אין אַ ווײַטער שטאָט, און זיי האָבן זיך געלאָזן גיין איבער די הײַזער. אַזוי זײַנען זיי זיך אָפּגעגאַנגען אַ גאַנץ יאָר. גראָד דעם טאָג נאָך דער חתונה זאָגט דער מאַן צום ווײַב: „הײַנט צוועלף אַ זייגער ווערט אַקוראַט אַ יאָר נאָך אונדזער חתונה.‟ זי הערט און שווײַגט. גייען זיי אַזוי איבער דער גאַס. דער שטאָטזייגער האָט אויסגעקלונגען צוועלף, זאָגט דער מאַן: „נו, מײַן ווײַב איצטער איז גענוג. דאָס יאָר איז אַריבער, און דו דאַרפֿסט מער איבער די הײַזער ניט גיין!‟ מאַכט זי: „אָט באַלד, באַלד! מיר וועלן נאָר נאָך דורכגיין די דרײַ לעצטע הײַזער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.