איבערדערציילט פֿון ב.י. ביאַלאָסטאָצקי
ס’איז אים אַ מאָל אױסגעקומען צו זײַן אַ זומער אין דובעלן (אַ באָדאָרט לעבן ריגע). אױף שבת פֿלעגן אַהין אַרױספֿאָרן ריגער ייִדן צו זײערע פֿאַמיליעס, װעלכע פֿלעגן דאָרט פֿאַרברענגען דעם זומער. האָט דער מגיד באַמערקט, אַז די ריגער שבתדיקע אורחים קומען אין שול דאַװנען אָן טליתים, פֿױלנדיק זיך מיטצונעמען זײ פֿון שטאָט. האָט ער אַ מאָל אַ זאָג געטאָן אין זײַנער אַ דרשה:
— זײַענדיק אין ריגע איז מיר אַ מאָל אױסגעקומען אַרײַנצוגײן ערבֿ־שבת צו אײנעם אַ באַלעבאָס. ער, דער באַלעבאָס, איז ניט געװען אין דער הײם: ער איז אַװעקגעפֿאָרן קײן דובעלן, זאָגט מען מיר. אַרױסגײענדיק הער איך עפּעס אַ מאָדנע געװײן אין אַ זײַטיקן צימער. קײנער ניטאָ, נאָר אַ טלית־זעקל מיט אַ טלית הענגט אױף דער װאַנט, און דאָס געװײן הערט זיך טאַקע פֿון טלית־זעקל. פֿרעג איך אים: „טליתל, װאָס װײנסטו? ענטפֿערט ער: סטײַטש, װי זאָל איך ניט װײנען, אַװעקפֿאָרנדיק קײן דובעלן האָבן זײ מיטגענומען מיט זיך דאָס גאָלד און זילבער פֿון שטוב, נאָר מיך אײנעם אַלײן איבערגעלאָזן‟. „זײַ רויִק, טליתל, — האָב איך אים געטרײסט. — „עס װעט אַ מאָל קומען אַ צײַט, אַז דער באַלעבאָס װעט מאַכן אַ װײַטערע, זײער װײַטע נסיעה, װעט ער שױן דעמאָלט אַלץ איבערלאָזן, דאָס גאָלד און דאָס זילבער, און זײַן גאַנצן רכוש, נאָר דיך אַלײן, טליתל, װעט ער מיטנעמען”.
— טליתל, טליתל, װײן ניט!
דער קעלמער האָט געהאַלטן אַ דרשה אין אַ שטאָט, װוּ די װײַבער זײַנען געװען שטאַרק פֿאַרשײַט: גײען אין אײגענע האָר, היטן ניט ייִדישלעך אָפּ די װײַבערשע מיצװת. קאַרגן אין צדקה געבן, שפּאַצירן אין גאַס, רחמנא־לצלן, מיט פֿרעמדע מאַנצבילן, רײדן אױף הײַנטיקן לשון, יאָגן זיך נאָך פּוסטע מאָדעס, קריכן אין אַריסטאָקראַטיע, פֿאַרלאָזן די ייִדישע צניעות.
אין זײַן דרשה האָט דער מגיד דערצײלט מיט אַ װײנענדיק קול, אין אַ מינאָר־געזאַנג, אַ שרעקלעכע געשיכטע װאָס איז פֿאַרלאָפֿן דאָ ניט לאַנג אין אַ ייִדישער שטאָט: „ס’איז געשטאָרבן אַ ייִדענע, װאָס איז געװען, רחמנא־לצלן, שטאַרק פֿאַרשײַט. האָט מען זי אַװעקגעפֿירט אױפֿן הײליקן אָרט, אַראָפּגעלאָזט אין קבֿר, אָבער די ערד האָט זי ניט צוגענומען. איז מען אַװעקגעלאָפֿן צום רבֿ פֿרעגן: רבי, װאָס טוט מען? האָט דער רבֿ געהײסן מע זאָל זי אַרױסװאַרפֿן פֿאַר די הינט. האָט מען טאַקע — דערצײלט װײַטער דער מגיד — אַזױ געטאָן. אָבער די הינט האָבן זי ניט צעריסן. איז מען װידער געלאָפֿן צום רבֿ. האָט דער רבֿ געהײסן מ’זאָל זי אַרױסװאַרפֿן פֿאַר חזירים. אָבער אַפֿילו די חזירים האָבן זי ניט צעריסן. רבותי, אַזױ זינדיק איז זי געװען. אָבער איר, װײַבלעך — האָט זיך דער מגיד געװענדט צו די װײַבער — איר זײַט, װי איך האָב געהערט, גוטע און פֿרומע װײַבער, זײַט רויִק, די ערד װעט אײַך נעמען, הינט װעלן אײַך בײַסן, חזירים װעלן אײַך רײַסן!…
דער קעלמער מגיד איז אַ מאָל געקומען אין אַ שטאָט און אײדער ער איז אַרױף אױף דער בימה דרשענען, האָט ער באַמערקט צװישן עולם אַ ייִדן, אַ גלוח. דער גלוח האָט אים דערלאַנגט אַ שלום־עליכם. גיט ער אַ פֿרעג אײנעם פֿון די באַלעבאַטים: „װער איז דער יונגער־מאַן?‟ דערצײלט ער אים, דער באַלעבאָס, אַז ער איז אַ הפֿקר־יונג, אַראָפּ אין גאַנצן פֿון דרך־הישר. דערצו איז ער נאָך אַ גרױסער דבֿר־אַחר, גיט ניט אַ פּרוטה אױף צדקה, און איז בכלל אַ מענטש אַ בזױ.
הײבט אָן דער קעלמער זײַן דרשה:
— רבותי, איך בין אַ מאָל געגאַנגען אין װעג, באַגעגנט מיך אַן אָקס און זאָגט מיר: שלום־עליכם, קעלמער מגיד. פֿרעג איך אים: דו אָקס, װאָס ביסטו פֿאַר אַ מחותּן אָפּצוגעבן מיר שלום־עליכם? ענטפֿערט דער אָקס: איך בין אַ שטיקל מחותּן מיט דיר, דו עסט מײַן פֿלײש. נו, אַ ביסל איז ער גערעכט. איך גײ װײַטער, באַגעגנט מיך אַ קו און זאָגט מיר: גוט־מאָרגן. איך פֿרעג אױך, װאָס פֿאַר אַ מחותּן זי איז מיט מיר. ענטפֿערט זי: דו טרינקסט מײַן מילך. נו, אױך אַ שטיקל טענה. דער באָק, װאָס האָט מיך שפּעטער באַגעגנט מיט שלום־עליכם, האָט געטענהט, אַז ער האָט אַ באָרד, און איך האָב אױך אַ באָרד, נו, אפֿשר איז דאָס אױך אַ שטיקל טענה. דערנאָך גײ איך װײַטער און איך טרעף אָן אַ דבֿר־אַחר. אַהאַ! ער איז אױך דאָ? שלום־עליכם, מאַכט ער, קעלמער מגיד, דאָ בין איך שױן אַרױס פֿון די כּלים, און איך האָב אים געזאָגט: דו דבֿר־אַחר אײנער, דײַן פֿלײש עס איך ניט, דײַן מילך טרינק איך ניט און קײן באָרד האָסטו ניט, טאָ װאָס פֿאַר אַ מחותּן ביסטו מיט מיר דערלאַנגען מיר שלום־עליכם!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.