אַז מע װערט געבױרן אין אַ קלײן שטעטל, װוּ דאָס לעבן איז רעגלאַמענטירט און צעלײגט אױף די פּאָליצעס פֿונעם דאָרפֿישן עטיקעט, מוזן, נעבעך, די קינדער בלײַבן אָפֿט אַ גאַנצן טאָג אײנע אַלײן, אָן אַן אױפֿזיכט. „זיץ און לערן זיך!‟ — פֿלעגט מיר איבערחזרן דער טאַטע אין די זעלטענע טעג, װען איך האָב אים געזען, — „לערן זיך, קוק אַרײַן אינעם ביכל, אַ ניט, װעסטו װערן אַ פּאַסטעך!”
קײן פּאַסטעך בין איך, לײַדער, ניט געװאָרן, און אין די ביכלעך קוק איך כּסדר אַרײַן. חוץ פֿון די קינדער־ביכלעך, שװימען מיר אַ מאָל אַרױף אין זכּרון עטלעכע בילדער פֿון די אַמאָליקע פֿילמען, װעלכע כ’האָב געזען אין די װײַטע פֿופֿציקער יאָרן. איך געדענק נאָר דרײַ פֿילמען, און דװקאַ פֿון דאָרטן קומען צו מיר די קלאָרע, שװאַרץ־װײַסע טיטלען: „מאַמלוק”, „דער פּאַרטיזאַנער פֿונק‟ און „איװאַנס קינדהײט‟.
װעגן װאָס האָט זיך געהאַנדלט אין דעם „מאַמלוק‟ געדענק איך שױן ניט; אינעם זכּרון איז נאָר געבליבן אַ קלעפּיקער פּחד פֿונעם װאָרט „מאַמליוק‟. אָבער פֿון די צװײ אַנדערע פֿילמען זײַנען אין מיר געבליבן אַ סך ניט אױסגעװײנטע טרערן און די קלאָרע אימאַזשן פֿון די קױלן־װאַרפֿערס, דהײַנו, דער דײַטשישער „שמײַסער‟ און דער רוסישער קױלן־װאַרפֿער מיט אַ רונדן פּאַטראָנען־מאַגאַזין. מיר, קינדער, פֿלעגן אָפּזיצן שעהן לאַנג און האַלטן אין אײן ריסעװען די קױלן־װאַרפֿערס, אַפֿילו מיט די פֿאַרמאַכטע אױגן. שפּעטער, נאָכן װײַזן דעם פּױלישן טעלעװיזיע־פֿילם „פֿיר טאַנקיסטן און אַ הונט” האָבן מיר זיך געװוּנדערט, אַז די דײַטשישע סאָלדאַטן אין דעם פֿילם לױפֿן אַרום מיטן רוסישן קױלן־װאַרפֿער „קאַלאַשניקאָװ.‟ װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פּלאָנטער?
כ’האָב אָנגעהױבן זוכן פֿון װאַנען עס װאַקסן די פֿיס. און אָט, נאַט אײַך אַ שטיקל רײנעם אמת. די פּױלישע קינאָ־מאַכער זײַנען טאַקע געװען גערעכט.
יענער דײַטשישער קױלן־װאַרפֿער מיט אַ לאַנגן פּאַטראָנען־מאַגאַזין פֿון פֿאָרנט האָט קאָנסטרויִרט ניט הוגאָ שמײַסער, נאָר פֿאָלמער. און יענער „קאַלאַשניקאָװ‟, װעלכן מיר האָבן געזען אינעם פּױלישן פֿילם איז ניט קײן „קאַלאַשניקאָװ‟, נאָר הוגאָ שמײַסערס קױלן־װאַרפֿער „שטורעם־געװער 44‟, װעלכן די דײַטשן האָבן אָנגעהױבן מאַכן אין 1943טן יאָר און אױסערלעך האָט ער אױסגעזען װי אַ צװילינג פֿון הײַנטיקן „קאַלאַשניקאָװ‟.
איז װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? װי קומט עס, אַז אין יאָר 1947, האָט אַ געװעזענער טאַנקיסט קאַלאַשניקאָװ, ניט־האָבנדיק קײן שום דערפֿאַרונג בײַם קאָנסטרויִרן געװער, האָט פּלוצעם אױסגעמײַסטרעוועט אַ קױלן־װאַרפֿער, װעלכער בלײַבט “פּאָפּולער” ביזן הײַנטיקן טאָג.
קודם־כּל, פֿרעגט זיך אַ קשיא: און װוּ איז געװען אין 1947 דער דײַטשישער געװער־קאָנסטרוקטאָר הוגאָ שמײַסער?
הוגאָ שמײַסער איז געװען אַ מיליטער־געפֿאַנגענער ספּעציאַליסט און זינט 1946 האָט ער „געאַרבעט‟ װי אַ „באַהעלפֿער‟ בײַם פֿריש־געבאַקענעם קאָנסטרוקטאָר קאַלאַשניקאָװן. אין אַ יאָר אַרום איז פֿאַרטיק געוואָרן בעסטער אויף דער װעלט קױלן־װאַרפֿער „אַק—47‟ (ס‘מיינט, אויטאָמאַט פֿון קאַלאַשניקאָװ, און דאָס יאָר — 1947) און מע האָט אָנגעהױבן אים פּראָדוצירן אין אַ מאַסן־קװאַנטיטעט.
ווילט איר אַוודאי וויסן, װאָס איז געשען מיטן דײַטשישן געװער־קאָנסטרוקטאָר הוגאָ שמײַסערן? אָנהײב 1950ער יאָרן, װען מיר, קלײנע קינדער, האָבן פֿאַרחידושט געקוקט די שרעקלעכע מלחמה־פֿילמען, פּונקט דעמאָלט איז הוגאָ שמײַסער, אַ טױט קראַנקער, צוריקגעקומען קײן דײַטשלאַנד און גאָר אין גיכן געשטאָרבן.
אױף דער פֿראַגע װאָס איז זײַן ראָלע אינעם קאָנסטרויִרן דעם באַרימטן „קאַלאַשניקאָװ‟, פֿלעגט ער שטיל ענטפֿערן: „כ’האָב נאָר געגעבן אַ פּאָר נוצלעכע עצות‟.
גאָט צו דאַנקען, אַז מײַנע אײניקלעך פּטרן ניט קײן צײַט אױף צו ריסעװען די קױלן־װאַרפֿערס. כ’לעבן, „מיקי מאַוז‟ איז אַ סך שענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.