Oyneg Shabes

מעשׂיות: אליהו־הנבֿיא דער בעש״ט

Tales About Elijah the Prophet and the Besht

  • Print
  • Share Share

דער בעל־תּולדות יעקבֿ־יוסף און אליהו הנבֿיא

Max Gershman

דער הײליקער רבי ר’ יעקבֿ־יוסף זצ”ל פֿון פּאָלאָנע, דער מחבר פֿון דעם ספֿר „תּולדות יעקבֿ־יוסף”, האָט די ערשטע צײַט, װען ער איז געקומען צום בעש”ט, נאָך ניט געהאַט קײן פֿולע אמונה אין אים. אײן מאָל איז ער געזעסן אין בעש”טס הױז און איז געװען שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין אַ ספֿר. פּלוצלינג איז צו אים צוגעגאַנגען עפּעס אַ ייִד און פֿרעגט אים: „רבי, זאָגט מיר פֿון װאַנען זײַט איר?‟ האָט ער אים געענטפֿערט: „פֿון פּאָלאָנע.‟ פֿרעגט אים דער ייִד װײַטער: „װאָס איז אײַער פּרנסה?‟ ענטפֿערט ער אים: „איך בין רבֿ פֿון פּאָלאָנע.‟ פֿרעגט אים דער ייִד נאָך אַ מאָל: „װי זעט אױס אײַער מעמד, לעבט איר בהרחבֿה אָדער האָט איר קױם אױסצוקומען?‟ דער רבֿ זצ”ל איז געװען אומצופֿרידן, װאָס ער דאַרף מפֿסיק זײַן אין לערנען סתּם צוליב דבֿרים־בטלים, האָט ער אים געענטפֿערט מיט אַ געבײזער: „איר זײַט דאָך מיר מבֿלבל, איר שטערט מיר אין לערנען, לאָזט מיך צו רו.‟ מאַכט צו אים דער ייִד: „אַז איר זײַט אַזאַ קפּדן און אַזאַ בײזער, זײַט איר דאָך מבֿטל גאָטס פּרנסה!‟ דער רבֿ זצ”ל האָט דערהערט די װערטער, איז ער שטאַרק נתפּעל געװאָרן און האָט געבעטן דעם ייִדן, ער זאָל אים מסביר זײַן, װאָס איז די כּװנה פֿון די װערטער? האָט דער ייִד צו אים געזאָגט: „איטלעכער מענטש האָט פּרנסה פֿון דעם מקור, װאָס גאָט ברוך־הוא האָט פֿאַר אים באַשטימט. אָבער װאָס איז גאָטס פּרנסה לערנט אונדז דער פּסוק ׳ואַתּה קדוש יושבֿ תּהילות ישׂראל׳, דאָס איז דער מענטש: דו הײליקער, אױף װעלכער פּרנסה ׳אַתּה יושבֿ׳, זיצסט דו, ׳תּהילות ישׂראל׳, װאָס דאָס פֿאָלק ישׂראל לױבט דיך. און צוליב דעם טעם, װען ייִדן קומען זיך צונױף און פֿרעגן אײנער דעם אַנדערן, װאָס איז דײַן פּרנסה, און אײנער ענטפֿערט: ׳געלױבט השם־יתברך, מײַן פּרנסה איז פֿון דאַנעט׳, און דער צװײטער זאָגט: ׳מײַן פּרנסה איז פֿון דאַנעט׳, קומט דאָך אױס, אַז גאָטס פּרנסה איז פֿון דעם, װאָס מען לױבט אים? אָבער איר, װאָס איר װילט ניט רײדן מיט קײן שום מענטשן און זענט נאָר אַרײַנגעטאָן אין לערנען, קומט דאָך אױס, אַז איר זײַט מבֿטל גאָטס פּרנסה.‟

װי דער רבֿ האָט דערהערט, איז ער שטאַרק נתפּעל געװאָרן און האָט געװאָלט אָנהײבן אַ שמועס מיט דעם מענטשן, װײַל זײַנע רײד זײַנען אים זײער געװען געפֿעלן, איז ער אָבער תּיכּף נעלם געװאָרן. דער רבֿ האָט זיך אַרומגעקוקט אױף אַלע זײַטן און האָט אים מער ניט געזען. האָט ער זיך פֿון דאָס נײַ געפּרובירט פֿאַרטיפֿן אין לערנען, אָבער זײַנע רעיונות זײַנען ניט געװען דערבײַ. האָט ער פֿאַרמאַכט דעם ספֿר און איז אַרײַן צום בעש”ט אין שטיבל אַרײַן, װי נאָר ער איז אַרײַנגעקומען, האָט דער בעש״ט צו אים געזאָגט אין שפּאַס: „פּאָלאָנאָער רבי, אָבער אליהו האָט אױך מנצח געװען!‟ האָט דער רבֿ פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס האָט ער זיך אַזױ דערנענטערט צום בעש”ט און איז געװאָרן זײַן תּלמיד מובֿהק, װי דאָס איז אַלץ באַשריבן אין די הײליקע ספֿרים. זײַן זכות זאָל אונדז בײַשטײן. אָמן.


די תּלמידים פֿון בעש”ט און אליהו־הנבֿיא

די תּלמידים פֿון בעש”ט זצ”ל האָבן זײער געװאָלט זוכה זײַן צו גילױ־אליהו, זײַנען זײ אײן מאָל געקומען צו זײער רבין און האָבן אים געבעטן: היות עס איז ידוע, אַז אליהו־הנבֿיא קומט צו איטלעכן ברית, בכן בעטן מיר, איר זאָלט פֿאַר אונדז פּועלן, מיר זאָלן אים זען, האָט דער בעש”ט צו זײ געזאָגט: „אין גיכן דאַרף זײַן אַ ברית אין שטאָט, װעט איר אים אַװדאי זען.‟

עס איז אַװעק אַ געװיסע צײַט און די תּלמידים האָבן פֿאַרגעסן, װאָס זײ האָבן פֿון בעש”ט פֿאַרלאַנגט.

דערװײַל האָט זיך געמאַכט אַ ברית בײַ אײנעם פֿון די שטאָטלײַט. איז אליהו־הנבֿיא געקומען אין בית־מדרש, װוּ דאָס קינד איז געייִדישט געװאָרן, האָט גענומען אַ ספֿר און זיך געזעצט לערנען. נאָכן ברית איז דער בעש”ט געקומען אין בית־מדרש און געבעטן די תּלמידים, זײ זאָלן אים ברענגען אַ ספֿר. דאָס איז געװען דער ספֿר, װאָס אליהו־הנבֿיא האָט אין אים געלערנט, האָבן די תּלמידים געזוכט דעם ספֿר און האָבן אים ניט געפֿונען. אױף מאָרגן האָבן די תּלמידים געטראָפֿן אױפֿן גאַס אַ ייִדן, װאָס האָט געטראָגן אַ ספֿר אונטער דער פּאָלע. האָבן די תּלמידים חושד געװען, אַז אָט דער ייִד האָט דאָס געגנבֿעט פֿון בית־המדרש און האָבן טאַקע געפֿונען דעם ספֿר, האָבן זײ גענומען דעם ייִדן און אים געבראַכט אין בית־מדרש אַרײַן. מען האָט אים גוט אױסגעמוסרט און געװאָלט אַפֿילו שלאָגן, האָט דער בעש”ט זײ אָפּגעהאַלטן: „לאָזט אים אָפּ‟, האָט ער געזאָגט, זײַן „הדרת־פּנים זאָגט עדות, אַז ער איז ניט קײן גנבֿ‟, און דערבײַ האָט ער עפּעס געזאָגט אין דער שטיל. די תּלמידים האָבן ניט פֿאַרשטאַנען, אָבער פֿרעגן האָבן זײ ניט געפֿרעגט.

אין אַ צײַט אַרום איז געװען נאָך אַ ברית אין שטאָט. אליהו־הנבֿיא איז װידער געקומען אין בית־מדרש און האָט גענומען אַ ספֿר אױף צו לערנען. אין אַ װײַלע אַרום האָט דער בעש”ט גראָד געװאָלט האָבן דעם זעלביקן ספֿר, האָט ער שױן אָבער ניט געפֿונען ניט דעם ספֿר און ניט דעם ייִדן. ער האָט געפֿרעגט די תּלמידים, האָבן זײ אים דערצײלט, אַז ניט לאַנג איז דאָ געזעסן עפּעס אַן אורח און געלערנט.

מען האָט גלײַך גענומען זוכן דעם אורח אױפֿן מאַרק און אױף די גאַסן. מען האָט אַזױ לאַנג געזוכט ביז מען האָט אים געפֿונען. האָט מען אים געבראַכט אין בית־מדרש און געװאָלט שלאָגן, אַנדערע האָבן אים דערקענט און געזאָגט צום בעש”ט: דאָס איז דאָך דער זעלבער, װאָס האָט דעמאָלט אױך געגנבֿעט אַ ספֿר. דער בעש”ט האָט אים אָבער ניט געלאָזט אָנרירן.

„זײַן הדרת־פּנים,‟ האָט ער געזאָגט, „טוט אױף אים עדות זאָגן, אַז ער איז ניט קײן גנבֿ,‟ און דערבײַ האָט ער עפּעס געזאָגט אין דער שטיל.

די תּלמידים איז דאָס געװען אַ גרױס חידוש, און איצט האָבן זײ שױן געפֿרעגט, װאָס האָט ער דאָס מאָל און יענץ מאָל בלחש געזאָגט.

האָט זײ דער בעש”ט געענטפֿערט: „איר זאָלט װיסן, אַז דער מענטש, װעמען איר האָט געװאָלט שלאָגן, איז געװען אליהו־הנבֿיא, צװײ מאָל האָט איר אים געזען.‟

די תּלמידים האָבן זיך גרײַלעך מצער געװען, װאָס זײ האָבן בשעת־מעשׂה װעגן דעם ניט געװוּסט. עס איז שױן אָבער געװען צו שפּעט. האָבן זײ געבעטן דעם בעש”ט, ער זאָל זײ װידער װײַזן אליהו־הנבֿיא. דער בעש”ט האָט זײ צוגעזאָגט.

אין אַ צײַט אַרום, אַז די תּלמידים האָבן שױן פֿאַרגעסן זײער באַגער, איז דער בעש”ט אַמאָל געפֿאָרן צוזאַמען מיט זײַן חבֿורה אין אַ שטעטל. אונטערװעגנס זעען זײ: אַ קריגסמאַן, אַ רײַטער, אָנגעטאָן אין שײנע קלײדער, קומט זײ אַנטקעגן און פֿרעגט, צי איז פֿאַראַן בײַ זײ אַ קױל פֿײַער, ער װיל זײַן ליולקע פֿאַרזיכערן. האָט דער בעש”ט געהײסן זײַנעם אַ תּלמיד ער זאָל דעם רײַטער געבן פֿײַער.

דערזען אין װאָגן דעם בעש”ט, איז דער רײַטער אים געפֿאַלן אױפֿן האַלדז און האָט אים געקושט. און כּהרף־עין איז ער נעלם געװאָרן. די תּלמידים האָבן תּחילת ניט פֿאַרשטאַנען װאָס דאָ קומט פֿאָר. ערשט װען דער רײַטער איז שױן ניט געװען, האָט זײ דער בעש”ט געזאָגט, אַז דאָס איז געװען אליהו־הנבֿיא. זײ האָבן אים גענומען נאָכיאָגן, אָבער זײ האָבן אים ניט געקענט געפֿינען.