Oyneg Shabes

דער הומאָר פֿונעם אָרעמאַן

The Humor of the Poor Man

  • Print
  • Share Share

דער ייִד מיט די צװײ קעשענעס

אין דעם אונגאַרישן שטעטל װישיװע איז געװען אַ שוחט, ר’ משה־אליעזר דער שוחט. אַ ייִד צו גאָט און צו לײַט, פֿול מיט תּורה און חכמה, און כאָטש ער איז געװען אַ ייִד — אַן אָרעמאַן, איז ער געװען תּמיד אױפֿגעלײגט, און האָט ליב געהאַט אַ גלײַכװערטל.

װען מ’האָט דעם שוחט באַגעגנט אין גאַס, איז ער געװען פֿאַרהאַװעט, נישט, חלילה, מיט אײגענע געשעפֿטן. װאָס פֿאַר אַ געשעפֿטן האָט אַזאַ שוחט געקענט האָבן, אַז ער איז געװען אַן עני־ואבֿיון? און דאָך איז ער אַלע מאָל געװען פֿאַרהאַװעט װי ער װאָלט געדאַרפֿט פֿאַרזאָרגן די װעלט, און ער האָט טאַקע פֿאַרזאָרגט. אַלע אָרעמעלײַט אין שטעטל האָט ער פֿאַרזאָרגט. בפֿרט די אַראָפּגעקומענע באַלעבאַטים, די יורדים, װאָס האָבן זיך געשעמט אַרױסצוגעבן פֿאַר דער װעלט, אַז זײ זענען אָרעם. פֿאַר אַזעלכע ייִדן האָט ער אָפּגעגעבן זײַן לעבן. ער איז אַרומגעגאַנגען קלײַבן געלט פֿאַר זײ, און האָט געזען, אַז ס’זאָל חלילה, גאָרנישט ניט פֿעלן.

נאָר דערבײַ האָט ר’ משה־אליעזר אָפֿט אײַנגענומען בושות און בזיונות, װאָרן מ’האָט אים נישט אײן מאָל געלאָזט שטײן כּעני־בפּתח, און מ’האָט אים די נדבֿה נישט אונטערגעטראָגן װי סע װאָלט באַדאַרפֿט צו זײַן. חוץ דעם האָבן זיך קמצנים געװיצלט, אַז ער קלײַבט מסתּמא אױך פֿאַר זיך, װאָרן ער איז דאָך אַלײן אױך אַ ייִד — אַן אָרעמאַן.

אײן מאָל פֿרעגט מען אים: „ר’ משה־אליעזר, װאָס אַרבעט איר אַזױ מעשׂים פֿאַר אַנדערע? ס’איז דאָך אײַך מבֿזה!‟

דער שוחט טראַכט נישט לאַנג און ענטפֿערט: „אַז איך גײ קלײַבן געלט, נעם איך מיך מיט צװײ קעשענעס. אין אײנער פֿון זײ לײג איך אַרײַן דאָס געלט, און אין דער אַנדערער — די בזיונות. נאָר די אַנדערע האָט, ברוך־השם, אַ לאָך, פֿאַלן זײ גלײַך צוריק אַרױס‟.


צו װאָס װאַרטן אױף שפּעטער?

ר’ יאָסל און ר’ יאַנקל זענען געװען צװײ שכנים, צװײ קרעמער. אײן מאָל קומט ר’ יאָסל אַרײַן צו ר’ יאַנקלען, אַז ער זאָל אים געבן פֿינף און צװאַנציק רײַניש אַ גמילת־חסד. ר’ יאַנקל האָט זיך נישט געאײַלט אַרױסצונעמען געלט און אים לײַען. ער האָט אים גענומען אױספֿרעגן: אױף װאָס? אױף װען? װאָרן ער האָט געװוּסט, אַז לײַען יאָסלען געלט — װעט זײַן צװײ פֿאען, ד”ה פֿאַרפֿאַלן. זאָגט ער צו אים: „איר װײסט װאָס איך װעל אײַך זאָגן, ר’ יאָסל? קומט מיט מיר צום רבֿ‟.

„צום רבֿ?‟ קוקט אים אָן ר’ יאָסל, „װאָס עפּעס אין מיצקע דרינען צום רבֿ?‟

„פֿאַרשטײט איר מיך, ר’ יאָסל, װאָס באַדאַרף איך אײַך געבן פֿינף און צװאַנציק רײַניש און דערנאָך אײַך שלעפּן צום רבֿ? לאָמיר בעסער שױן אַריבערגײן צום רבֿ און זיך פֿאַרגלײַכן‟.