דעם גריכישן פֿילאָסאָף העראָקליטוס שרײַבט מען צו אַ בכּבֿודיקע רײ אַפֿאָריזמען, אַרױסגעצױגן פֿון זײַנע פֿאַרלױרן געגאַנגענע װערק, און אײנער פֿון די באַקאַנטסטע אַפֿאָריזמען איז: „אַלץ פֿליסט און אַלץ בײַט זיך.‟ דאָס איז דװקא אַ פֿאָלקלאָריזירטע פֿאָרעם פֿון העראָקליטוסעס אמתן אױסדרוק:
◆ „אַלץ פֿליסט און באַװעגט זיך, און קײן זאַך קומט ניט צו‟. מיר, ייִדן, האָבן אין „קהלת‟ אַ ניט קײן ערגערן אױסדרוק פֿון כּמעט דער זעלבער תּקופֿה, דהײַנו: „מה שהיה הוא שיהיה… ואין כל־חדש תחת השמש‟ — װאָס ס‘איז געװען װעט זײַן… און ניטאָ קײן נײַעס אונטער דער זון.
◆ כ’האָב זיך דערמאָנט אין די קלוגע אַפֿאָריזמען אין שײַכות מיט די „נײַע‟ אַנטדעקונגען פֿון די מעדיצין־װיסנשאַפֿטלער, װעלכע זײַנען אַנומלטן געװען פּובליקירט אין אַ רײ װיסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן. די װיסנשאַפֿטלער, אָבער, בעטן די פֿאַראינטערעסירטע מענטשן צו באַציִען זיך צו די „נײַע אַנטדעקונגען‟ מיט אַ פֿאַרשטאַנד און זײַן רויִק, װײַל בערך יעדע פֿינף יאָר װערן פּובליקירט נײַע אַנטדעקונגען, װעלכע זײַנען פּונקט דער היפּוך פֿון די פֿריִערדיקע. און אָט זײַנען עטלעכע אַזעלכע בײַשפּילן.
◆ … „און די װעטשערע גיב אַװעק דעם שׂונא‟… — די הײַנטיקע דיעטאָלאָגן האַלטן, אַז אָפּצוזאָגן זיך פֿון אַ װעטשערע, װי מע האָט געהאַלטן פֿריִער, איז געפֿערלעך פֿאַרן געזונט, און דאָס קען גורם זײַן שטײנער אינעם גאַל־פּענכער. די װיסנשאַפֿטלער רעקאָמענדירן אַ לײַכטע װעטשערע, דהײַנו — אַ שיטערע זופּ, גרינװאַרג, סאַלאַטן און פֿיש. פֿון די מאכלים, װעלכע האָבן אַ סך אַלבומין (װײַסלשטאָף) — פֿלײש, קאַשעס, לאָקשן און זיסװאַרג — איז בעסער זיך אָפּצוזאָגן. אַ לײַכטע װעטשערע װעט העלפֿן אײַער לעבער צו זײַן אין אַ גוטן צושטאַנד.
◆ װעגן דער אַזױ גערופֿענער „זון־ראַדיאַציע‟. די אַמעריקאַנער װיסנשאַפֿטלער האָבן אָקערשט פּובליקירט אין American Journal of Epidemiology די רעזולטאַטן פֿון אַן אױספֿאָרשונג, װעלכע האָט באַװיזן, אַז די פֿרױען, װעלכע פֿאַרברענגען אױף דער זון ביז דרײַ שעה אַ טאָג, פֿאַרמינערן די סכּנה צו קריגן אַ בריסט־ראַק און אַ ראַק אין די געדערעם אױף פֿופֿציק פּראָצענט. בײַ די מענער, העלפֿט די זון צו פֿאַרמינערן די סכּנה פֿון אַ האַרץ־אַטאַק און אַ מוח־אַטאַק אױף זעכצן פּראָצענט. די גאַנצע חכמה באַשטײט אין דעם, אַז דער װיטאַמין „די‟, װעלכן מיר באַקומען דירעקט פֿון דער זון, אַרבעט אונדזער אָרגאַניזם איבער אין אַן אַנטי־ראַק־האָרמאָן.
◆ די ניטראַט־באַגיטיקונגען, װעלכע האָבן אין זיך „ניטראָזאַמין‟ זײַנען ניט אַזױ געפֿערלעך װי מע האָט געהאַלטן פֿריִער. פֿאַרקערט, דער „ניטראָזאַמין‟ איז גורם דעם צופֿלוס פֿון זױערשטאָף אין די אָדערן. אַזױ אַרום קען „ניטראָזאַמין‟ געניצט װערן אין די פּרעפּאַראַטן, װעלכע קעמפֿן קעגן די שטערונגען אין דער בלוטסיסטעם און קעגן פֿאַרשײדענע פֿאָרמען פֿון עובֿר־בטל. אױך די ענגלישע װיסנשאַפֿטלער, לױט די רעזולטאַטן פֿון די לעצטע אױספֿאָרשונגען, האַלטן, אַז די עקאָלאָגיש רײנע פּראָדוקטן, ס’הײסט, אױסגעװאַקסן אָן ניטראַט־באַגיטיקונגען, זײַנען ניט געזינטער פֿון די, װעלכע זײַנען געװאַקסן, אַ דאַנק די ניטראַט־באַגיטיקונגען.
◆ אַלקאָהאָל. די לעצטע פֿאָרשונגען פֿון די װיסנשאַפֿטלער פֿונעם האַרװאַרדער אוניװערסיטעט באַװײַזן, אַז פֿון פֿופֿצן ביז דרײַסיק גראַם אַלקאָהאָל אַ טאָג האָט אַ פּאָזיטיװע װירקונג אױפֿן געזונט־צושטאַנד בײַ די פֿרױען, וועלכע זענען עלטער פֿון פֿופֿציק. די מענער, װעלכע טרינקען אױס ניט מער װי אַ גלאָז װײַן אַ טאָג, לעבן מיט פֿינף יאָר לענגער, װי די „ניכטערע‟ מענער. צום בײַשפּיל, דער ישׂראלדיקער מלוכה־פּרעזידענט שמעון פּערעס, װעלכער איז געקומען צו אַ בכּבֿודיקער עלטער, טרינקט יעדן אָװנט אױס אַ גלאָז רױטן װײַן.
װײַזט אױס, אַז די געזינטסטע זאַך אױף דער װעלט איז ניט איבערצוכאַפּן די מאָס!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.