סטאַלין, ימח־שמו־־וזכרו, אַחוץ דעם, װאָס ער איז געװען אַ זעלטענער עשׂו און אַ מענטשן־פֿרעסער, האָט געהאַט דערצו אַ חוש פֿון הומאָר, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט זײַן דיקטאַטאָרישע פּערזענלעכקייט. װעגן דעם פֿלעגט מען דערצײלן גאַנצע מעשׂיות. אָט זײַנען עטלעכע פֿון זײ.
◆ סטאַלין האָט געמוזט װיסן אַלץ, װאָס עס קומט פֿאָר אין לאַנד. אַפֿילו די דעליקאַטע רכילות פֿלעגט מען אים צושטעלן יעדן טאָג צום װאַרמעס. אײן טאָג קומט אַרײַן צו סטאַלינען זײַן אַדיוטאַנט און ראַפּאָרטירט, אַז אַזױ און אַזױ, מיר האָבן זיך דערװוּסט, אַז דער מאַרשאַל ראָקאָסאָװסקי האָט אַ געליבטע, די בילד־שײנע אַקטריסע װאַלענטינע סעראָװע. װאָס זאָלן מיר טאָן מיט אים, חבֿר סטאַלין? סטאַלין האָט אַרױסגענומען די פּיפּקע פֿון מױל, צוגעדעקט די אױגן און געענטפֿערט:
— װאָס װעלן מיר טאָן, װאָס װעלן מיר טאָן… מיר װעלן אים מקנא זײַן, דעם ראָקאָסאָװסקין, נאָר מקנא זײַן…
◆ גלײַך נאָך דער מלחמה, אײנער אַ מיליטער־מאַן, אַ גענעראַל־פּאָלקאָװניק, איז געקומען צו סטאַלינען מיט אַ באַריכט. נאָכן באַריכט פֿרעגט אים סטאַלין צי יענער האָט נאָך עפּעס צו זאָגן. יאָ, ענטפֿערט דער גענעראַל־פּאָלקאָװניק — „איך האָב אַ פּערזענלעכע בקשה. כ’האָב מיטגעבראַכט פֿון דײַטשלאַנד אַ װאַגאָן מיט פֿאַרשײדענע טראָפֿײען, אָבער אױף דער גרענעץ האָט מען אָפּגעשטעלט מײַן װאַגאָן און מע לאָזט אים ניט דורך. אױב דאָס איז מעגלעך, װאָלט איך געװאָלט באַקומען צוריק דעם װאָגאָן מיט מײַנע זאַכן, מיט די טראָפֿײען.‟ און דער גענעראַל־פּאָלקאָװניק האָט דערלאַנגט סטאַלינען זײַן שריפֿטלעכע בקשה. סטאַלין האָט איבערגעלײנט דאָס פּאַפּירל און אין אַ װינקל פֿון אױבן געשטעלט אַ רעזאָלוציע — „קערט דעם פּאָלקאָװניק אום זײַנע בעבעכעס. אי. סטאַלין”. דער גענעראַל נעמט אָפּ דאָס פּאַפּירל, לײענט איבער די רעזאָלוציע און זאָגט סטאַלינען, — „חבֿר סטאַלין, זײַט מיר מוחל, איר האָט אַ טעות, איך בין אַ גענעראַל, ניט קײן פּאָלקאָװניק‟. „נײן‟ — האָט געענטפֿערט סטאַלין, — „אַלץ איז געשריבן ריכטיק, חבֿר פּאָלקאָװניק.‟
◆ אײן מאָל איז סטאַלין געפֿאָרן אין זײַן אױטאָ מיט אַ גרױסן גאַסט פֿון אױסלאַנד און יענער האָט באַמערקט, אַז סטאַלינס הויפּט־שומר זיצט פֿון פֿאָרנט און שלאָפֿט. רופֿט זיך אָן דער גאַסט, — „חבֿר סטאַלין, איך הײב ניט אָן צו פֿאַרשטײן װער היט װעמען דאָ? ער אײַך, צי איר אים?‟ „הײַנט איז נאָך נישקשה,‟ ענטפֿערט סטאַלין, — „נעכטן האָט ער אַרײַנגעשטעקט אין מײַן קעשענע זײַן פּיסטויל און געזאָגט, — „נעמט, חבֿר סטאַלין, גײ װײס װאָס פֿאַר אַ געפֿאַר װאַרט אױף אײַך אין װעג.‟
◆ סטאַלין האָט זײער ליב געהאַט צו זען עפּעס אַן אינטערעסאַנטן פֿילם. אײן מאָל האָט מען אים געװיזן אַ שפּאָגל נײַעם רוסישן פֿילם — „די באַן יאָגט אױף מיזרח‟. אַ נודנער פֿילם — דער צוג פֿאָרט און שטעלט זיך אָפּ אױף יעדער סטאַנציע און װײַטער פֿאָרט און װײַטער שטעלט זיך אָפּ. „װי הײסט אָט די סטאַנציע?‟ — פֿרעגט סטאַלין בײַם רעזשיסער. „די סטאַנציע הײסט דעמיאַנאָװקע, חבֿר סטאַלין‟, — ענטפֿערט יענער. „זײער גוט, שטעלט אָפּ די באַן, אָט דאָ גײ איך אַראָפּ.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.