ר׳ חײם צאַנזער איז אַמאָל געזעסן בײַ זיך ערבֿ־שבת נאָך אַ האַלבן טאָג און זיך מכין געװען צום שבת. ער איז שױן געגאַנגען טבֿילה און געהאַלטן בײַ די הכנות צו קבלת־שבת.
קומט אַרײַן אַ ייִדענע מיט אַ קאָשיק עפּל און הײבט אָן אױסגיסן פֿאַר אים איר שװער, ביטער האַרץ:
— רבי הײליקער, כ׳בין אַן אָרעמע ייִדענע, אַ מאַרקזיצערין, פֿאַרקױף אױפּס אין מאַרק און בין מיך מפֿרנס. האָב איך הײַנט, ניט פֿאַרן רבין געדאַכט, זײער אַ שלעכטן טאָג. ס׳איז ערבֿ־שבת און דער טאָג איז שױן באַלד אַװעק און כ׳האָב נאָך קײן אָנהײב ניט געהאַט, קײן קרײצער ניט געלײזט. כ׳קען מיר גאָר קײן עצה ניט געבן װי זאָל איך מאַכן שבת.
הײבט זיך ר׳ חײם אױף, טוט אָן די שבתדיקע זשופּיצע מיטן שטרײַמל און זאָגט צו דער ייִדענע:
— קומט מיט מיר.
ר׳ חײם גײט אַרױס מיט איר אין מאַרק, שטעלט זיך לעבן קאָשיק עפּל און הײבט אָן רופֿן:
— שבת־אױפּס! ייִדן, שבת־אױפּס!
איז געװאָרן אַ געלאָף אין מאַרק. דער רבי אַלײן שטײט און פֿאַרקױפֿט עפּל, און װער װעט עס ניט װעלן האָבן די זכיה קױפֿן פֿון רביס האַנט אַלײן?
אין אַ רגע איז דער גאַנצער קאָשיק עפּל צעכאַפּט געװאָרן.
ר׳ חײם האָט דערלאַנגט ס׳געלט דער ייִדענע און איר געזאָגט:
נאַט אײַך אײַער געלט און גײט גיכער מאַכן שבת…
* * *
ר׳ חצקעלע שינעװער, ר׳ חײם צאַנזערס זון, איז אַמאָל געקומען אױף שבת אין אַ שטעטל. צו ליכטבענטשן האָט מען בײַ אים אױפֿן טיש אַװעקגעשטעלט לײַכטער פֿון נײַזילבער. האָט ער געהײסן אַװעקנעמען:
— כ׳קען עס ניט לײַדן — האָט ער געזאָגט — ס׳איז אי גאװה, אי שקר…
* * *
ר׳ נחומקע האָראָדנער פֿלעגט באַשטעלן די אָרעמע ישיבֿה־קינדער טעג און שבתים.
איין מאָל, פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, ר‘ נחומקע זיצט בײַם טיש מיט די בני־בית, עפֿנט זיך די טיר און ס׳קומט אַרײַן אַ ישיבֿה־ייִנגל פֿאַרוויינט.
— וואָסי געשען? — פֿרעגט אים ר׳ נחומקע.
— בײַם שבת, וואָס איר האָט מיר באַשטעלט — זאָגט ס‘ייִנגל — שטייט אַ הונט בײַ דער טיר, האָב איך מורא אַרײַנצוגיין.
הייבט זיך ר׳ נחומקע אויף פֿון טיש, נעמט ס‘ייִנגל פֿאַר דער האַנט און פֿירט אים אַוועק אויפֿן שבת זײַנעם.
דאָרט איז ר׳ נחומקע געשטאַנען אין דרויסן, געוואַרט די גאַנצע צײַט, ביז דער גבֿיר האָט אָפּגעגעסן די גרויסע שבתדיקע סעודה און ס׳ייִנגל איז אַרויס פֿון שטוב.
ערשט דעמאָלט איז ר׳ נחומקע אַוועק אַהיים קאָנטשען ס‘שבתדיקע עסן.
* * *
אײנער אַ משׂכּיל, האָט אַמאָל אױף קאַטאָװעס געפֿרעגט דעם מלבי״ם:
— רבי, איז דאָ אַ היתּר אױף רײכערן אום שבת?
— יאָ — ענטפֿערט דער מלבי״ם — מיט אַ שינױ.
— דהײַנו? — פֿרעגט יענער.
— דהײַנו — שמײכלט דער מלבי״ם — מיטן פֿײַער אין מױל…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.