— הערשל, ביסט מיר שולדיק געלט. גיב אָפּ דעם חובֿ!
— דו קענסט אָן דעם נישט אויסקומען?
— וואָס האָט עס צו דיר? דו ביסט מחויבֿ אָפּצוגעבן אַפֿילו דאָס לעצטע!
— וואָס זשע זאָל איך טאָן, מײַן פֿרײַנד, אַז ס‘איז שוין נאָכן לעצטן?
* * *
הערשל איז שולדיק געווען געלט. דער מלווה איז אים דערגאַנגען די יאָרן; וווּ ער האָט אים נישט געטראָפֿן — אין מאַרק, אין שול, בײַם רבין, אומעטום האָט ער געמאָנט דעם חובֿ. איין מאָל איז ער געקומען צו הערשעלען אַהיים. הערשל האָט אים אויפֿגענומען גאַנץ פֿײַן, פֿאַרבעטן זיצן. יענער האָט פֿריִער גערעדט געלאַסן, דערנאָך האָט ער נישט אויסגעהאַלטן און אָנגעהויבן דאָס לידל: געלט! הערשל פּרוּווט אים אײַנשטילן, עס העלפֿט נישט, ער שרײַט און קלאַפּט אין טיש:
— מײַן געלט זאָל מיר זײַן, די רגע זאָל מיר זײַן געלט!
הערשט שטייט און שמייכלט.
— דו לאַכסט נאָך פֿון מיר? ווערט דער מלווה נאָך מער אָנגעצונדן.
— איך לאַך פֿונעם אײַנפֿאַל צו קלאַפּן אין טיש. מענטש איינער, דער טיש איז בײַ מיר אַוודאי אַ יאָר צוואַנציק. ווען איך זאָל וויסן, אַז ער גיט געלט וואָלט איך אים שוין פֿון לאַנג צעקלאַפּט אויף שטיקלעך.
* * *
הערשל איז געווען אַן אורח אויף שבת בײַ איינעם אַ באַלעבאָס אין אַ קליין שטעטל. פֿרײַטיק נאָכן דאַווענען איז ער געקומען צו גיין און געבראַכט מיט זיך אַ יונגן־מאַן. דער באַלעבאָס וואָס האָט זיך קוים אײַנגעשטעלט דאָס לעבן צו נעמען אַן אורח, האָט דערזען צוויי מענטשן, איז ער ממש דערשראָקן געוואָרן.
— ר׳ ייִד, ווער איז דער יונגער־מאַן?
— ער גייט מיט מיר.
— וואָס זשע, איר קלערט, ער זאָל אויך עסן?
— וואָס דען וועט ער, קוקן?
— איך האָב אײַך גענומען, מער ווייס איך נישט.
— טאַקע צוליב מיר, מוז ער אויך זײַן!
— פֿאַר וואָס? וווּ שטייט עס געשריבן?
— אין די תּנאָים! דאָס איז מײַן איידעם און איך האָב איך צוגעזאָגט קעסט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.