אין 1967 איז געװאָרן פֿופֿציק יאָר פֿון דער ראַטנמאַכט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. עס האָט זיך געטאָן אױף טיש און אױף בענק. מע האָט געבױט, געװאַשן, געפּוצט, אַ קיצור, עס איז געװען אַ גרױסער טאַראַראַם! פֿאַרשטײט זיך, אַז יעדער אײנער פֿון די געטרײַע סאָװעטישע בירגער האָט געדאַרפֿט עפּעס װאָס אױסטראַכטן, אַנטדעקן, אָנשרײַבן, פֿאַרפֿלאַנצן, אא”װ. אַפֿילו אין די טורמעס האָט מען זיך געגרײט צום גרױסן יובילײ.
אײנער אַן אסיר־ציוניק האָט מיר אַ מאָל דערצײלט, אַז בײַ זײ אין לאַגער, ווײַט אין סיביר, לכּבֿוד דער גרויסער חגא, האָט מען אָרגאַניזירט אַ כאָר פֿון די „כּשרע‟ פֿאַרברעכערס — גנבֿים, רוצחים, גזלנים, מיט אײן װאָרט, הױלע רעצידיװיסטן; אױך זײ האָט מען געצװוּנגען צוגרײטן אַ מתּנה צום פֿײַנעם יובילײ.
און אָט קומט דער פֿײַערלעכער טאָג. עס פֿאָרט זיך צונויף די גרױסע נאַטשאַלסטװע, מע זעצט זיך אױס אין די ערשטע רײען, און װײַטער זיצן אַ פּאָר הונדערטער אַרעסטאַנטן, מיט דער באַװאָפֿנטער װאַך בײַ דער זײַט. עס הײבט זיך אָן דער קאָנצערט, אױף דער בינע גײט אַרױס דער קאָנפֿעראַנסיע, אױך פֿון די אַרעסטאַנטן, אַ געװעזענער אַרטיסט, און עפֿנט אױף דעם קאָנצערט בזה־הלשון: „לכּבֿוד דעם גרױסן יובילײ, פֿופֿציק יאָר פֿון דער סאָװעטישער מאַכט…‟ — און כּדי אָפּצושאַצן די גרױסע ראָלע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, זינגט דער כאָר פֿון די אַלע קרימינעלע לײַט דאָס ליד, „די קאָמוניסטישע פּאָרטײ איז אונדזער פֿירער‟.
אױך אין די גרױסע מאָסקװער טעאַטערס האָט זיך געטאָן אַ טומל. דער גרױסער רוסישער רעזשיסאָר אָלעג יעפֿרעמאָװ האָט אין זײַן טעאַטער „סאָװרעמעניק‟ געשטעלט אַ גאַנצע טרילאָגיע, געװידמעט דעם „גרױסן טאַראַראַם — „דעקאַבריסטן‟, „נאַראָדאָװאָלצעס‟ און „באָלשעװיקעס‟. די מחברים פֿון די פּיעסעס זײַנען געװען די באַװוּסטע סאָװעטישע דראַמאַטורגן — מיכאַיִל שאַטראָװ, אַלעקסאַנדער סוואָבאָדין און לעאָניד זאָרין.
און אָט קומט דער פֿײַערלעכער טאָג. מע מאַכט אַ „גרויסן טראַסק‟ אינעם קרעמל־פּאַלאַץ, און, צװישן אַנדערע, האָט מען פֿאַרבעטן די גרופּע שעפֿערישע לײַט פֿונעם טעאַטער „סאָװרעמעניק‟, מיט די דראַמאַטורגן צוזאַמען. קומט די גאַנצע גרופּע דראַמאַטורגן צום קרעמל־טױער, מע דאַרף דורכגײן דעם קאָנטראָל און באַקומען אַ ספּעציעלן שײַן.
דער ערשטער דערלאַנגט זײַן אײַנלאַדונג מיטן פּאַספּאָרט מיכאַיִל שאַטראָװ. דער װאַכמאַן, נעבעך, דרײט די פּאַפּירן אַהער און אַהין — אינעם פּאַס שטײט בפֿירוש געשריבן, שװאַרץ אױף װײַס, מיכאַיִל מאַרשאַק. נאָך אים קומט אַלעקסאַנדער װאָלאָדין. אױך בײַ אים קלעפּט זיך עפּעס נישט, מחמת עס שטײט אין פּאַס — ליפֿשיץ. נאָך װאָלאָדין קומט אַרײַן לעאָניד זאָרין. בײַם װאַכמאַן שטעלן זיך די האָר אויפֿן קאָפּ קאַפּױער, װײַל זאָרין איז ניט זאָרין, נאָר עפּעס אַ זאַלצמאַן.
סוף־כּל־סוף, קומט צו דער רעזשיסאָר אָלעג יעפֿרעמאָװ, אַן עכטער רוסישער אינטעליגענט. דער יונגער קרעמל־װאַכמאַן נעמט זײַן פּאַס מיט די ציטערדיקע פֿינגער און שעפּטשעט: „חבֿר יעפֿרעמאָװ, זאָגט מיר, ביטע, דעם אמת, וואָס איז אײַער ייִדישער נאָמען?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.